אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פידל"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: tl:Biyulin
מ באט צוגעלייגט: ckb:کەمان
שורה 41: שורה 41:
[[ca:Violí]]
[[ca:Violí]]
[[ceb:Biyolin]]
[[ceb:Biyolin]]
[[ckb:کەمان]]
[[cs:Housle]]
[[cs:Housle]]
[[cv:Сĕрме купăс]]
[[cv:Сĕрме купăс]]

רעוויזיע ביי 01:40, 16 אויגוסט 2009

דאס פידל ווערט פאררעכנט אלס דער קעניג פון די מוזיק אינסטרומענטן, צוליב די הארציגע מעלאדיעס וואס דאס גיט ארויס, וואס איז א יחיד במינו פון אלע קלעזמער אין די ארקעסטערס.

דאס פידל איז פון די סטרונע אינסטרומענטן פאמיליע, און ווערט געשפילט דורך א שטעקעלע וועלכעס פארט ארויף און אראפ אויף די פידל בענדלעך, און ווייברירט דאס אז ס'זאל ארויסגעבן אירע שיינע קלאנגען, מיט וואס דאס פידל צייכנט זיך אויס.

אין די פידל פאמיליע איז פאראן עטליכע ערליי.

  1. די טשעלא גיט ארויס די נידריגסטע קלאנגען, (בעס)
  2. דער קאנטראבאס
  3. די וויאלע


בשעת'ן שפילן מיטן פידל, דרוקט מען צו דעם גרויסן שאפע פונעם פידל צווישן דאס האלז אין די אקסעל. מיט איין האנט האלט מען דאס שטעקעלע און מ'שפילט דערמיט אויף די פידל בענדלעך. דער וואס שפילט אויף א פידל, ווערט אנגערופן פידלער.

די פרייזן פאר א פידל איז איינגעטיילט לויט די ווערד פון די האלץ און לויטן נאמען פון פארבאצירער. דער אונטערשייד איז אז די ביליגע פילדעך זענען קלעצער, די צווייטער קאטעגאריע פון $800 און ארויף זענען געמאכט פון אזעלעכע סארט האלץ וואס פארשענערט די קול ווי א יאר עלטער עס ווער.

יידישקייט

אין תלמוד שטייט אז דוד המלך האט געהאט א הארף העכער זיין בעט וואס פלעגט אים וועקן יעדע נאכט ביי חצות, דורך א ווינטל וואס פלעגט בלאזן דערויף.

אין תלמוד שטייט אז שפילן אויף א פידל איז א קלוגשאפט און נישט א מלאכה. געוויסע חסידישע אדמור"ים וו.צ.ב. ר' מרדכ'לע נאדווערנער פלעגן שפילן אויפן פידל.

  1. ווייטערפירן מוסטער:רא
  1. ווייטערפירן מוסטער:רא