אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יידישע קאמף ארגאניזאציע"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נייער בלאט: דאס איז דער יידישער נאמען פון די אויפשטענדלער אין ווארשעווע געטא, געפירט דורך [[מרדכי אנילעוויט…
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 14:10, 8 מײַ 2009

דאס איז דער יידישער נאמען פון די אויפשטענדלער אין ווארשעווע געטא, געפירט דורך מרדכי אנילעוויטש.

אין פויליש ZOB, און אין העברעיש ארגון יהודי לוחם.

די פארטייען אינעם ארגאניזאציע זענען בעיקר געווען פון די ציוניסטישע פארטייען, און די בונד, רעליגיעזע יידן האבן א טייל גענומען אינעם קאמף, מיט די גוטהייסונג פון פארשידענע רביים, און רבנים פונעם געטא.

דער גרינדונג פונעם ארגאניזאציע אין 1942, איז די אומשטענדן פונעם געטא, נאכן אפשיקן 300,000 יידן, אויף טרעבלינקע ווי זיי זענען אומגעקאמען, און געציילטע מענטשן האבן באוויזן צו אנטלויפן פון דארט, און צוריק אין געטא מיט א מאפע, און דעטאלן וואס גענוי קומט פאר אין די פלאץ וואס האט געהייסן אויסזידלונג, ווי מען גייט אריבער צו א בעסערע וווינונג.

דעמאלט אט זיך דער פלאן צוזאמען געשטעלט, אז יידן וועלן נקמה נעמען, און שטארבן מיט כבוד.

יידן מיט אן ארישע אויסזען, זענען אריבערגעשיקט געווארן צום אנדערע זייט וואנט, ווי זיי האבן אנעפאנגען פארהאנדלן מיט פוילישע פארטיזאנער גרופעס, און מיט אונטערוועלט גרופעס, זיי האבן געקויפט רעוואלווערן, גראנאטן, קוילן, און באקומען פונעם פוילישן אלטן מיליטער, וואס איז אויך געווען א פארטיזאנער גרופע, אסאך אמוניציע, און מאטעריאל צו אונטערשטעלן באמבעס, און מינעס.

די ערשטע מאל וואס זיי זענען ארויס אויפן גאס, און אפגעשטעלט אן אפשיק, איז געווען יאנואר 43', ווי זיי האבן זיך אריינגעמישט צווישן די מאסן, און אינמיטן האבן זיי אומגעברענגט די עס עס וועכטער, און דערנאך געפירט א קאמף קעגן די זעלנער וואס זענען געקאמען העלפן, עטליכע יידן זענען געהרגט געווארן אין די שלאכטן, אבער די באן איז קיינמאל נישט ארויס געפארן פונעם סטאנציע.

די יידישע קעמפער האבן אומגעברענגט אסאך יידן, וואס האבן קאלאבארירט מיט די נאציס, ווי די ארדענונגס דינסט, מוסרים, און אנדערע וואס האבן געדינט די אינטערעסן פון די פיינט.

ערב פסח 43', האט זיך אנגעפאנגען די אויפשטאנד, און אין אנהייב האבן די יידן באוויזן אפצושטויסן די נאציס, אבער די נאציס האבן זיך ווי פארשטענדליך נישט געקעמפט לויט די עטיקעט פון א קריג, און ספעציעל קעגן די יידן, און האבן אנגעפאנגען פארברענען די הייזער אויף אירע איינוווינער, א בונקער אדער א קעלער, ווי מען האט געטראפן מענטשן האבן זיי אריינגעלאזט גאז, און אזוי זיי דערשטיקט צום טויט.

א טייל פון די יידן איז געלונגען צו אנטלויפן צום פוילישע זייט, דורכן סוער סיסטעם און טונעלן, אבער ס'מערהייט יידן וואס האבן נאך געלעבט אין ווארשע זענען אומגעקאמען, די געטא איז געפאלן כז ניסן.