אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה יוסף טייטלבוים"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 3: שורה 3:
==אפשטאם==
==אפשטאם==


'''רבי משה יוסף''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תר"ה]] צו זיין פאטער הרב '''[[יקותיאל יהודה טייטלבוים]]''', דער ייטב לב, א זון פון הרב [[משה טייטלבוים (אוהעל)|משה טייטלבוים]] דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת '''רחל''' א טאכטער פון הרב '''משה דוד אשכנזי''' רב אין [[טאלטשאווא]].
'''רבי משה יוסף''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תר"ה]] צו זיין פאטער הרב '''[[יקותיאל יהודה טייטלבוים]]''', דער ייטב לב, אן אייניקעל פון הרב [[משה טייטלבוים (אוהעל)|משה טייטלבוים]] דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת '''רחל''' א טאכטער פון הרב '''משה דוד אשכנזי''' רב אין [[טאלטשאווא]].


==רבנות==
==רבנות==

רעוויזיע ביי 05:12, 23 אַפּריל 2009

רבי משה יוסף טייטלבוים זצ"ל (ה'תר"ה - כ"ד טבת ה'תרנ"ז), רב אין אוהעל

אפשטאם

רבי משה יוסף איז געבוירן אין יאר ה'תר"ה צו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, אן אייניקעל פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי רב אין טאלטשאווא.

רבנות

רבי משה יוסף האט געגעסען קעסט ביי זיין עלטער-שווער דער צאנזער רב, ער איז געווען פון די שארפע קעפ פון די חבורה און ער האט געדינט ווי א ראש ישיבה צוזאמען מיט דעם ערשטען באבאווער רב פאר די יונגעלייט וואס האבן געלערנט ביים זיידען אין בית המדרש.

רבי משה יוסף איז געווען רב אין זבארוב, סטראפקוב און אוהעל.

הסתלקות

רבי משה יוסף איז געפארן צו א סיום הש"ס קיין מאקאווא, אויף דעם וועג צוריק האט ער גענעכטיגט אין בעקעש-טשאבא, האט ער זיך אויסגעדריקט ער ווייס נישט פארוואס ער איז דא אהער געקומען, פיר אזייגער פארטאג האט ער זיך אויפגעהויבן צו גיין צו די באן, און ער איז פלוצלינג נפטר געווארן כ"ד טבת תרנ"ז. מען האט אים געפירט קיין אוהעל, און נאכהער קיין סיגוט, אין ער ליגט דארט אין פאטער'ס אהל.

פאמיליע

רבי משה יוסף האט געהייראט מרת הינדא די טאכטער פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב. זייערע קינדער:

  • הרב ירחמיאל טייטלבוים, ער האט געהייראט מרת אסתר די טאכטער פון הרב יעקב צבי פון פאריסאב, ער איז אוועק יונג נישט איבערלאזענדיג קיין קינדער.
  • הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, ער איז אוועק אלס יונגערמאן.
  • די ווייב פון הרב נפתלי טייטלבוים רב אין נירבארטור
  • די ווייב פון הרב יהודה לייביש ערליך פון דילאטין.

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר