אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יצחק פרידמאן (באהוש) (ב)"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 39: שורה 39:
[[קאטעגאריע:באהוש|יצחק]]
[[קאטעגאריע:באהוש|יצחק]]
[[קאטעגאריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י]]
[[קאטעגאריע:גדולי ישראל ארויף קיין א"י]]
[[קאטעגאריע:נקבר אין נחלת יצחק ת"א]]
[[קאטעגאריע:נקבר אין נחלת יצחק ת"א|יצחק]]

רעוויזיע ביי 20:16, 21 אַפּריל 2009

רבי יצחק פרידמאן זצ"ל (דער צווייטער) (כ"ו אייר ה'תרס"ג - י"ד מנחם אב ה'תשנ"ב), באהושער רבי

אפשטאם

רבי יצחק איז געבוירן אין שפיקאוו, כ"ו אייר ה'תרס"ג, צו זיין פאטער הרב שלום יוסף פרידמאן פון שפיקאוו, א זון פון הרב דוד פרידמאן, פון באהוש, א זון פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת פייגא א טאכטער פון הרב מרדכי טווערסקי, פון שפיקאוו.

רבנות

אין יאר ה'תר"ף האט אויסגעבראכן א פּלאַג פון טיפוס אין אוקראינה וועלכע האט אומגעבראכט אסאך קרבנות. רבי יצחק האט פארלוירן ביידע עלטערן ביי די מגיפה, זיין מוטער איז אוועק סוף שבט, און זיין פאטער איז אוועק פורים. די חסידים פון פאטער האבן אויפגענומען די צוויי יתומים רבי יצחק מיט זיין עלטערן ברודער רבי דוד'ל אלס זייער רבי.

חנוכה ה'תרפ"א איז רבי יצחק געלונגען צו אנטלויפן קיין ראמעניע און איז אנגעקומען קיין באהוש. אין יאר ה'תר"ץ איז ער אריבער קיין בוקארעסט, ווי ער האט אנגעפירט מיט הצלה אקטיוועטין אויף אומבאשרייבארן פארנעם.

אין יאר ה'תשי"א איז רבי יצחק אנגעקומען קיין ארץ ישראל

הסתלקות

רבי יצחק איז נפטר געווארן י"ד מנחם אב ה'תשנ"ב אין ער ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב.

פאמיליע

רבי יצחק האט געהייראט מרת יוכבד פייגא א טאכטער פון זיין פעטער (זיין פאטער'ס ברודער) הרב מנחם מענדל פרידמאן, פון באהוש. זייער טאכטער:

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (60)