אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן פרידמאן (באיאן)"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נייער בלאט: '''רבי אהרן פרידמאן זצ"ל''' (ה'תר"ן - י"ג חשוון ה'תש"ב), פון באיאן און טשערנאוויץ. ==אפשטאם== '…
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 22:53, 18 אַפּריל 2009

רבי אהרן פרידמאן זצ"ל (ה'תר"ן - י"ג חשוון ה'תש"ב), פון באיאן און טשערנאוויץ.


אפשטאם

רבי אהרן איז געבוירן אין באיאן אין יאר ה'תר"ן, צו זיין פאטער הרב מנחם נחום פרידמאן פון באיאן-טשערנאוויץ, א זון פון הרב יצחק פרידמאן, פון באיאן, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב מרדכי פייבוש פרידמאן, פון הוסיאטין.

רבנות

ביי די ערשטע וועלט קריג אין יאר ה'תרע"ד איז רבי אהרן אנטלאפן צוזאמען מיט זיין פאטער און זיידע קיין וויען. נאך זיין זיידען'ס פטירה אין יאר ה'תרע"ז, ווען זיין פאטער האט אנגעהויבן פירן זיין רביסטעווע אין טשערנאוויץ איז רבי אהרן געווען דעם פאטער'ס רעכטע האנט. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרצ"ו האט רבי אהרן נישט געוואלט איבערנעמען די רביסטעווע, הערשט אין יאר ה'תרח"ץ האט ער זיך געלאזט צורעדן און אנגעהויבן פירן רביסטעווע.

הסתלקות

אין יאר ה'תש"ב זענען די נאציס ימ"ש אריין קיין טשערנאוויץ, און שמחת תורה איז רבי אהרן פארשיקט געווארן צוזאמען מיט אלע יידן, ווען זיי זענען אנגעקומען נעבען אוודאווקא, איז רבי אהרן קראנק געווארן און איז נפטר געווארן י"ג ניסן ה'תש"ב.

פאמיליע

רבי אהרן האט געהייראט י"ח סיון ה'תרס"ז אין אנטוניא, מרת העניא ( - ), א טאכטער פון הרב חיים האגער, פון אנטוניא, אן איידעם באהושער רבי. זייער טאכטער:

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו