אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מלכות יהודה"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ro:Regatul Iuda
מ באט צוגעלייגט: be:Іудзейскае царства
שורה 26: שורה 26:
[[de:Juda (Reich)]]
[[de:Juda (Reich)]]
[[ar:مملكة يهوذا]]
[[ar:مملكة يهوذا]]
[[be:Іудзейскае царства]]
[[ca:Regne de Judà]]
[[ca:Regne de Judà]]
[[cs:Judské království]]
[[cs:Judské království]]

רעוויזיע ביי 05:26, 21 מערץ 2009

מלכות יהודה איז געווען די מלוכה פון די שבטים: יהודה, שמעון און האלב בנימין. עס האט געהייסן לויט שבט יהודה וויבאלד דאס איז געווען די גרעסערע שבט צווישן זיי.

מלכות יהודה איז געווען אין דרום זייט פון ארץ ישראל פון גבע ביז באר שבע, ווען איר הויפטשטאט איז געווען ירושלים. מלכות יהודה איז געשטאנען 389 יאר אויף א פלאך פון 8,900 קילא מעטער.

מלכות יהודה איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר ב'תתל"ב. 80 יאר ביז דאן זיינען אלע שבטים געווען אייניק אונטער איין מלוכה, אונטער בית דוד, אבער נאך וואס שלמה המלך איז געשטארבן, און זיין זון רחבעם איז געווארן קעניג וואס האט ארויפגעלייגט הויכע שטייער אויף די עשרת השבטים און נישט אויף זיין אייגן שבט יהודה, האבן די עשרת השבטים און בראשם ירבעם בן נבט באשטימט צו זיך אפטיילן פון דער שטאמבוים פון בית דוד און מאכן אן אייגענע מלוכה "מלכות ישראל".

אין ספר מלכים שטייט, אז א געוויסע קיסרים פון מלכות יהודה זיינען געווען וווֹיל און האבן געדינט גאט ווי עס דארף צו זיין, זיי האבן געדינט גאט אין בית המקדש אין ירושלים. אבער א זעלכע קיסרים זיינען געווען שלעכט, האבן געדינט עבודה זרה און צעשפרייט די מזבחות.

מלכות יהודה האט גולה געווען אום ג'קע"ד, נאכער האבן זיי זיך צוריק געקערט אין ארץ ישראל אונטער אשורס קאנטראל, און האבן געבויעט ווידער דער צווייטער בית המקדש.

מדינת ישראל

אין יאר ה'תש"ח (1,871 יאר נאכ'ן חורבן בית שני) האבן זיך א גרויסער טייל יידן וואס שטאמען פון שבט יהודה זיך אומגעקערט פון גלות קיין ארץ ישראל און אויפגעשטעלט אן אייגענע מדינה. דערווייל האבן זיי נאך נישט געבויעט דער דריטער בית המקדש.

די פרומע האלטן אז די גאולה דארף קומען פון א נביא און נישט דורך אן אייגן כח בפרט ווען די גרינדער זיינען סעקועלע.

היינט זיינען דא פארשידענע דעות צו מען דארף בויען דער דריטער בית המקדש און שטעלן סנהדרין אדער נישט.

די יארן פון די מלכות יהודה ארויפגאנג
רחבעם אבים אסא יהושפט יהורם אחזיהו עתליה יהואש אמציה עוזיהו
928- 911- 908- 867- 846- 843- 842- 836- 798- 769-
יותם אחז חזקיהו מנשה אמון יאשיהו יהואחז יהויקים יהויכין צדקיהו
758- 733- 727- 698- 641- 639- 609- 608- 597- 596-
די יארן הייבן זיך אן פון פאר דער נוצרישער ציילונג