אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נפתלי צבי הורוויץ"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 27: שורה 27:
* מרת '''רייצא''' די ווייב פון הרב '''[[אשר ישעיה רובין]]''' ([[ה'תקל"ה]] - [[י"ד ניסן|ערב פסח]] [[ה'תר"ה]]), ממלא מקום פון שווער, רב אין [[ראפשיץ]].
* מרת '''רייצא''' די ווייב פון הרב '''[[אשר ישעיה רובין]]''' ([[ה'תקל"ה]] - [[י"ד ניסן|ערב פסח]] [[ה'תר"ה]]), ממלא מקום פון שווער, רב אין [[ראפשיץ]].


==זיינע ספרים==
== רעפערענצן==

* זרע קודש
* אילה שלוחה
* אמרי שפר
* אהל נפתלי

==רעפערענצן==
* ''זרעא קדישא''
* ''זרעא קדישא''
* ''אנציקלופדיה לחכמי גליציה'', מאיר וונדר
* ''אנציקלופדיה לחכמי גליציה'', מאיר וונדר

רעוויזיע ביי 20:08, 19 פֿעברואַר 2009

רבי נפתלי צבי הורוויץ זצ"ל (ו' סיון ה'תק"ך - י"א אייר ה'תקפ"ז) איז געווען דער רב פון ראפשיץ, וועסט גאליציע.

אפשטאם

רבי נפתלי איז געבוירן אין בראד[1] יום טוב שבועות, ו' סיון ה'תק"ך, דעם טאג וואס דער בעל שם טוב איז אוועק, בגדר "ובא השמש וזרח השמש"[2], צו זיין פאטער הרב מנחם מענדל ראַבין[3] , רב אין לינסק, באקאנט אלס "רבי מענדעלע לינסקער". און צו זיין מוטער מרת ביילא א טאכטער פון הרב יצחק הורוויץ, רב אין אה"ו, באקאנט אלס "רבי איציקל האמבורגער". (דער נאמען הורוויץ נעמט זיך פון זיין מוטער'ס שטוב, רבי נפתלי האט אמאהל געזאגט פאר זיינע קינדער, הארעוועטס וועט עטץ האבן).

זיינע רבי'ס

רבי נפתלי האט געלערנט[4] ביי זיין פעטער רבי משולם איגרא אין בראד, צוזאמען מיט רבי מרדכי בנעט רב אין ניקולשבורג, און הרב יעקב לינדענבוים רב אין ליסא דער חוות דעת. רבי משולם האט זיך אמאהל אויסגעדריקט, "יענקעלע (דער חוות דעת) פארשטייט מיך און איך פארשטיי אים, נפתלטשי, פארשטיי איך אים נישט, אבער דאכט זיך אז ער פארשטייט מעך יא".

צו די בר מצוה האט רבי נפתלי'ס פאטער אים געפירט צו הרב אלימלך ווייסבלום פון ליזשענסק באקאנט אלס דער רבי ר' מלך, דער נועם אלימלך. (אנדערע זאגען אז דאס איז געווען ביים זלאטשובער מגיד). פון די פינפצען יאר האט ער זיך געווייקט ביים רבי ר' מלך, איין גאנץ יאר איז ער געווען ביי הרב מרדכי פון נעשכיז, אזוי אויך איז ער געווען ביים אפטער רב הרב אברהם יהושע העשיל און ביים רוזינער הרב ישראל. אין אלעם איז ער געווען ביי צוויי הונדערט רבי'ס ווי דער צאהל פון "עשה לך ר"ב". געלערנט האט ער ביי הרב ישראל דער קאזשניצער מגיד און ביי הרב מנחם מענדל פון רימונוב, אבער זיין הויפט רבי איז געווען הרב יעקב יצחק הורוויץ דער חוזה פון לובלון.

רבנות

אויף די המלצה פון רבי נפתלי'ס רבי הרב מנחם מענדל פון רימונוב האט מען אים אויפגענימען אלס רב אין ראפשיץ, שפעטער איז ער אויך געווארן רב איינמאהל א וואך אין לינסק, סטריזשעוו און קרייז סאניק

הסתלקות

רבי נפתלי איז נפטר געווארן אויף דעם וועג קיין לאנצהוט, י"א אייר ה'תקפ"ז, אין ליגט אין לאנצהוט

פאמיליע

בזיווג ראשון האט רבי נפתלי געהייראט מרת שיינדיל די טאכטער פון הרב וועלוועל סטאקער פון די בראדער עשירים, אבער איר געפירעכץ איז אים נישט געפאלען, אויף דעם באראטונג פון הרב יחיאל מיכל פון זלאטשוב האט ער זי ג'גט. נאכהער איז רבי נפתלי געזעצען אין זלאטשוב, זיין רבי דער זלאטשובער מגיד האט אים אנגעטראגען א שידוך מרת רבקה די טאכטער פון הנגיד הרב צבי הירש גאלדהאמער א וויין הענדלער פון דוקלא, נאך וואס ער האט איר געהייראט בזיווג שני איז ער געפארן קיין דוקלא, דארט האט ער זיך באשעפטיגט מיט בדחנות און שדכנות. זייערע קינדער:

זיינע ספרים

  • זרע קודש
  • אילה שלוחה
  • אמרי שפר
  • אהל נפתלי

רעפערענצן

  • זרעא קדישא
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. זרעא קדישא עמוד ע"ה - זעה דארט הערה א' פארשידענע אנדערע מיינונגן
  2. שיחתן של עבדי אבות
  3. זרעא קדישא עמוד ט' - זעה דארט הערה א'
  4. א.ל.ג. שרייבט אז ער האט געלערנט ביי זיין זיידן רבי איציקל, אבער דאס שטימט נישט, רבי איציקל איז אוועק ה'תקכ"ז ווען רבי נפתלי איז קוים געווען זיבן יאר