אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ראנאלד רייגען"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט געענדערט: bn:রনাল্ড রেগান
מ באט צוגעלייגט: gv:Ronald Reagan
שורה 76: שורה 76:
[[gd:Ronald Reagan]]
[[gd:Ronald Reagan]]
[[gl:Ronald Reagan]]
[[gl:Ronald Reagan]]
[[gv:Ronald Reagan]]
[[hi:रोनाल्ड रीगन]]
[[hi:रोनाल्ड रीगन]]
[[hr:Ronald Reagan]]
[[hr:Ronald Reagan]]

רעוויזיע ביי 18:47, 20 נאָוועמבער 2008

ראנאלד רעיגען

געדינט
תשמ"א – תשמ"ט
40סטער פרעזידענט פין די פאראייניגטע שטאטען פון אמעריקע
וויצע פרעזידעטדזשארדזש בוש
פארפאלגערדשימי קארטער
נאכפאלגערדזשארדזש דאבליו בוש
געבוירן February 6 1911
אילינויס
געשטארבןJune 5 2004
בעל-איר קאליפארניע
פאליטישע פארטיירעפובליקאנער
אונטערשריפט


ראנעלד ווילסאן רעיגן (תרע"א-תשס"ד) איז געווען דער 40סטער USA פרעזידענט אין אמעריקע (תשמ"א-תשמ"ט) און איז דער עלסטער מענטש וואס איז געוועלט געווארן אלס פרעזידענט אין די געשיכטע - אלט 69 יאר.

אין די אינגע יארן איז ער געווען אן אקטיאר אין האליוואד. שפעטער איז ער אריין אין פאליטיק און ער איז דערוויילט געווארן אלס גאווערנאר אין קאליפארניע. שפעטער איז ער געלאפן פאר פרעזידענט קעגן דשימי קארטער (וועלכער איז געלאפן פאר א צווייטן טערמין) און ער האט אים באזיגט מיט א לענדסלייד זייענדיג אינעם רושם פון דיאיראן געפאנגענע.

ער האט אין זיינע אכט יאר אלץ פרעזידענט געהויבן דעם אמעריקאנעם שטאלץ אין אויך האט ער געהאלפן אראפווארפן דעם אייזערנעם פארהאנג פון די קאמוניסטען אין רוסלאנד.

ער האט אויסגענוצט זיינע עקספיריענס פון זיין א אקטיאר, ער האט עס אריין געברענגט אין דעם טאג טעגליכן לעבן פונעם דינען אלס פרעזידענט, ער האט אייביג געהאט א גוט ווארט און א ווערטעל אויפן פלאץ, און האט דערמיט באזיגט זיינע גרעסטע שונאים און פארביסענע מענטשן וואס האבן איהם געשטערעט דורך פירן זיין סדר היום, צווישן די קאנסערוואטווער ווערט ער באטראכט פאר א העלד, זיי לערנען זיינע לעגענדעס און וואס ער האט געפרעדיגט, אלס וואס האט געטועהן איז ביי זיי די בעסטע. פון די אנדערע זייט איז ער געווען די גרעסטע שונא פאר ליבעראליזם, און מיט זיין געשליפען צונגען האט ער אייביג געזאגט א ווערטעל אויף זייער חשבון.

ער איז געווען א גלעצענדער רעדנער, און האט אייביג ארויסגעהויבן מיט וואס די אמעריקאנער קענען שטאלצירן, דאס האט געפירט דערצו אז די מאסן האבן איהם זייער געגליכן, דעריבער יעדעס מאל ווען ער האט זיך געשלאגן מיט קאנגרעס, אדער מיט פרעס, איז ער געגאנגען לייוו און געהאלטן א דרשה דירעקט צו דעם המון עם, און אזוי האט ער אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט.

רעגן איז געשאסן געווארן דרוך דזשאן הינקלי, עס ווערט פארציילט אז ווען מען האט איהם אריין געפירט אין די אפעראציע שטוב ארויס נעמען די קוילן פון זיין לייב, האט ער זיך אנגערופן שפאסיג צו די גרויסע דאקטוירם וואס האבן איהם באדינט, איך האף אז איהר זענט נישט קיין ליבעראלען...

אין די לעצטע דריי יאהר פון זיין פרעזידענטשאפט האט זיין אדמיניסטראציע געליטן פונעם איראן קאנטראס סקאנדאל, אבער ער האט זיך דערפון ארויסגעדרייט, עס האט איהם פערזענדליך נישט געשאט, מען האט איהם גערופן די סטעלט פרעזידענט, ווייל קיין שום קריטיג האט זיך נישט אהנגעזעהן אויף איהם.

די לעצטע צען יאר פון זיין לעבן האט ער געליטן פון אלטצהיימער און ער האט זיך געזעגנט פונעם אמעריקאנעם פאלק, און אסאך מאל האט ער אפילו פארגעסן אז ער איז געווען דער פרעזידענט.


פון זיינע וועטרליך

איינמאל האט ער געטראפן א יונגער רעפארטער אין ווייסן הויז, דער רעפארטער האט איהם געזעהן מיט א נייע סוט, און פרעגט איהם מיס. פרעזידענט דער סוט איז א נייער ? אה זאגט רעגין לאו דווקא דער סוט איז עלטער פאר דיר ! (רעגין איז געווען דער עלטסטער פרעזידענט). דער ראפטארטער איז שטיל געבליבן און האט אפרשטאנען אז ער האט עס נישט געדארפט פרעגן. ער איז צוריק אריין צו זיין אפיס, עס גייט נישט דורך קיין עטליכע מינוט און ער באקומט א קאל פונעם פרעזידנעט זעלבסט ! רעיגן האט איהם געזאגט ער האט איבער גערעכט פונקטליך ווי אלט דער סוט איז, ער האט איהם אנהגעגעבן דעם ריכטיגן דאטום !

פון די באקאנטסטע ווערטליך זיינע איז געווען איינמאל ביי א מיליטערישע דרשה האט מען איהם געבעטן אזוי ווי ער שטייט ביים מייק זאל ער זאגן א ווארט כדי צו זעהן דער מייק סיסטעם ארבעט גוט, האט ער זיך אנגערופון "די נוקלארע באמבעס זענען שוין אנהגעשטעלט און גיין ביז פינף מינוט לאנדאן אויף די סאוויעט יוניאן!.

מען זאגט אז די רוסישע פירער האבן זיך דערשראקן דערפון, זעהנדיג וואס עס דרייט זיך ביים אמעריקאנער פרעזידענט אין קאפ.

  1. ווייטערפירן מוסטער:רא
  2. ווייטערפירן מוסטער:רא
  3. ווייטערפירן מוסטער:רא