אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עשרה הרוגי מלכות"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
קאטעגאריע סארטירן
מ באט צוגעלייגט: en:Ten Martyrs, lt:Dešimt kankinių
שורה 24: שורה 24:


[[קאַטעגאָריע:עשרה הרוגי מלכות| ]]
[[קאַטעגאָריע:עשרה הרוגי מלכות| ]]

[[en:Ten Martyrs]]
[[he:עשרת הרוגי מלכות]]
[[he:עשרת הרוגי מלכות]]
[[lt:Dešimt kankinių]]

רעוויזיע ביי 14:22, 3 אויגוסט 2008

עשרה הרוגי מלכות איז דער נאמען וואס מען גיט צו די צען תנאים, וואס זענען געווען הינגעריכט דורך דער רוימישער רעגירונג אין ארץ ישראל.

די גמרא[1] ניצט דעם אויסדרוק "הרוגי מלכות" פאר די יידן וואס די רוימען האבן געהרגעט צוליב זייער זיין יידן אדער צוליב זייער היטן די מצוות. אין דער גמרא ווערט געברענגט וועגן דרײַ תנאים וואס זענען הינגעריכט: רבי עקיבא[2], רבי חנינא בן תרדיון[3] און רבי יהודה בן בבא[4]. די תנאים זענען געכאפט ווייל זיי האבן געהיט די מצוות וואס אדריאנוס האט גע'אסרט: זיי האבן געגעבן סמיכה צו די חכמים, זיי האבן געהיטן שבת, זיי האבן געמאכט ברית מילה אדער געלערנט תורה ברבים.

אין שפעטערער מקורות טרעפט מען די צאל פון צען עשרה הרוגי מלכות[5].

מער פרטים זעט מען אין דער קינה וואס הייבט אן מיט די ווערטער אלה אזכרה דארט ווערט געברענגט וויאזוי מ'האט זיי געפירט צום טויט און די שמועס פון די מלאכים וועגן דעם. אשכנזים זאגן די קינה נאך דער עבודה אין מוסף יום כיפור, און די ספרדים זאגן זי אין די קינות תשעה באב. די אשכנזים זאגן אין די קינות פון תשעה א קירצערע קינה וואס הייבט אן מיט די ווערטער ארזי הלבנון אדירי התורה, וואס שילדערט דאס הינריכטן פון אכט תנאים.

אין אמת'ן זענען די צען תנאים נישט אלע געהרגעט אין דער זעלבער צײַט.

די צען זענען:

  1. בבא בתרא, י; סוטה מח:
  2. ברכות סא.
  3. עבודה זרה יז:
  4. ע"ז ח:; סנהדרין י"ד.
  5. אגרת רב שרירא גאון, איכה רבה פרשה ב'