אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מאדים"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: gan:火星
מ באט געענדערט: es:Marte
שורה 87: שורה 87:
[[el:Άρης (πλανήτης)]]
[[el:Άρης (πλανήτης)]]
[[eo:Marso]]
[[eo:Marso]]
[[es:Marte (planeta)]]
[[es:Marte]]
[[et:Marss]]
[[et:Marss]]
[[eu:Martitz (planeta)]]
[[eu:Martitz (planeta)]]

רעוויזיע ביי 12:28, 11 יוני 2008

דער מאדים (מאַרס) איז דער פערטער פלאנעט פון דער זון, וועלכע געפינט זיך א דורכשניט ווייט פון 40 מיליאן מייל ווייט פון דעם ערד פלאנעט און בערך 130 מיליאן מייל פון דער זון וועלכע איז געשאצט צו בערך 80 מיליאן מייל פון דער ערד.

דער מאדים איז האלב די גרויס פון דער וועלט מיט בערך 4,000 מייל אין דיאמעטער ביים עקוואטאר קעגן די וועלט'ס איבער 8,000 מייל אין דיאמעטער. (די לבנה איז בערך א פערטל די גרויס פון דער וועלט מיט בערך 2,000 מייל אין דיאמעטער.)

אנדערש ווי די לבנה וועלכע רינגעלט ארום די וועלט טוט דער מאדים ארומרינגלען די זון אויף א גרעסערן רינג (אָרביט) וועלכע געדויערט איר בערך 1,8 יאר מיט א גיך פון איבער 50,000 מייל פער שטונדע. דער רמב"ם שרייבט אז יעדער איינער פון די פלאנעטן נעבן דער זון זענען גלגלים פאר זיך און דאס האט מען זיך איבערגעצייגט מיט טעלעסקאפן ווען מען האט באמערקט אז דער מאדים האט צוויי לבנות וועלכע רינגלען אים ארום גענוי ווי די לבנה רינגעלט ארום דער וועלט. (מאכט נישט קיין טעות. די וועלט איז א (נאטירלעכער) סאטעליט פאר דער זון און די לבנה איז א סאטעליט פאר דער וועלט. דער מאדים איז א סאטעליט פאר דער זון און ער פארמאגט צוויי אייגענע סאטעליטן וועלכע רינגלען אים ארום. דער מאדים געפינט זיך נישט צווישן דער וועלט און דער זון נאר געפינט זיך ווייטער ארויס פון דער וועלט. דער מאדים איז א פלאנעט און די לבנה איז א לבנה.)

ווען מען האט געלאנדעט אויף דער לבנה האט מען געטראפן א רינדיגע ערד קוגל בערך האלב די גרויס פון די וועלט פיל מיט זאמד און שטיינער און גארנישט עפעס אנדערש דערויף. עס איז שוין יארן וואס מען איז נישט געווען אויף די לבנה און עס איז נישט פאראן קיין פלענער צו גיין דארט נאכאמאל אין דער נאנטער צוקונפט. אבער דער גלוסט צו גיין קיין מאדים איז פיל שטערקער ערשטענס וויבאלד מען איז נאך נישט געווען דארט און צווייטענס ווייל עס זענען פאראן אזעלכע וואס פרובירן זיך איינרעדן אז דארט איז אמאל געווען לעבן און זיי וויל טרעפן עפעס איבערבלייבענישן ווי וואסער אבער דערווייל אן ערפאלג. דער מאדים איז אויף דערווייל אויך א ליידיגע פלאנעט מיט רויטע זאמד און שטיינער און גארנישט מער וועלכע שווימט ארום אין ספעיס און קיין שום מענטשליכער מוח קען נישט מסביר זיין פארוואס.

אסטראנאמער האבן ערשט באמערקט דעם מאדים אין די ענדע פונעם 19'טן יאר-הונדערט מיט די בעסטע טעלעסקאפס וואס מען האט דעמאלט פארמאגט. וואס זיי האבן געשריבן איז א געלעכטער היינט ווייל מיט סעטעלייטס בילדער זעט מען אז עס קוקט אויס גאר אנדערש ווי זיי האבן פארגעשריבן. ווען מען קוקט מיט א סעטעלייט איז דער מאדים א רויטער פלאנעט מיט טונקעלע און ליכטיגע טיילן און עס קוקט אויס ווי עס פארמאגט אויך פארפרוירענע שפיצן וועלכע איז קאלירט ווייס.

פאר באלד הונדערט יאר האט די וועלט געגלייבט אז אויפן מאדים איז אמאל געווען לעבן וועלכע איז יא אדער נישט אויסגעשטארבן און אן א שיעור ביכער זענען ארויסגעקומען מיט פאנטאזיעס אז איין טאג וועלן די אויגעהונגערטע באשעפענישן פונעם מאדים אראפקומען אויף די וועלט און איר אינוואדירן. איין פאנטאזירער האט געשריבן אין נאמען פון א גרויסע אסטראנאמער אז אין די לעצטע יארן האבן די אויסגעהונגערטע באשעפענישן פונעם מאדים געגראבן קאנאלן פון די פארפרוירענע אייז און מיט דעם לעבן זיי נאך היינט דארט.

אין 971', נאכדעם וואס נאס"א האט שוין געהאט געשיקט ראקעטן קיין ספעיס און אויך צו די לבנה האט מען באשלאסן צו גיין ווייטער און באטראכטן דעם מאדים. נאס"א האט ארויפגעשיקט דעם מארינער 9 וועלכער האט צוריקגעשיקט בילדער און אנטוישט אלע פאנטאזירער ווען מען האט קלאר געזען אז אלעס איז תוהו ובוהו און עס באשטייט פון נישט מער ווי זאמד און שטיינער.

עטליכע יאר דערויף האט נאס"א ווידער ארויפגעשיקט א צווילינג ארביטער וועלכע זיי האבן גערופן וויקינג נומער איינס און צוויי. די ארביטער האבן אויך געלאנדעט אויפ'ן מאדים און ווידער צוריקגעשיקט בילדער פון א מדבר פון רויטליכע זאמד און שטיינער און גארנישט מער. זינט דאן האט מען געשיקט נאך עטליכע ארביטערס און אלע איינס ביי איינס האבן צוריקגעשיקט די זעלבע זאך און איז געווארן קלארער און קלארער. אום אוגוסט 12 2006, עטליכע טעג נאכדעם וואס דער שאטעל דיסקאווערי האט געלאנדעט, האט נאס"א ארויפגעשיקט א פרישע מאדים ארביטער וועלכע האט דעגרייכט דעם מאדים און מערץ 2007. דער לעצטער ארביטער רופן זיי די מארס רעקאנאסאנס וועלכע האט צוריקגעשיקט די בעסטע בילדער און אויך דריי-דעגרי בילדער.

זינט מען האט באמערקט אז עס איז פאראן ווייסע טיילן אויפ'ן מאדים איז דער פאנטאזיע אז עס איז פאראן וואסער דארט שטערקער געווארן און וויפיל מען האט דערווייל געשיקט קען מען נאך אלץ נישט דערגיין וואס דאס איז. פון די בילדער וועלכע די פילע ארביטערס האבן געשיקט קוקט אויס אז עס זענען פאראן דריי ראיאנען אויפ'ן מאדים. עס איז פאראן גלייכע אויבערפלאכן, בערגיקע אויבערפאלכן, און ווייסע בערגיקע ראיאנען וועלכע קוקן נישט אויס פיל אנדערש ווי די פאלאר ראיאנען ביי די צוויי שפיצן פון אונזער וועלט.

איר וועט אוודאי פרעגן: נו אויב מען זעט דאר אייז אפשר איז טאקע פאראן וואסער דארט? דער ענטפער איז אבער אז לויט וויפיל אונז פארשטייען מיר איז נישט מעגליך, בדרך הטבע, אזא זאך וויבאלד אין ספעיס קען קיין וואסער אדער לופט נישט זיין. וואס יא איז דערווייל נישט קלאר אבער עס איז מעגליך אז עס איז טרוקענע אייז וועלכע איז געמאכט פון קארבאן דיאקסייד.

פון די טעסטן וואס די פארשידענע ארביטערס האבן גענומען האט מען אויסגערעכנט אז די אטמאספערע אויפ'ן מאדים איז אנדערש וואו אין ספעיס וואו די סעטעלייטס און שאטעלס פליען ארום. די אטמאספערע באשטייט פון 95 פראצענט קארבאן דיאקסייד (די וועלט פארמאגט ווייניגער ווי איין פראצענט) 2.7 ניטראדזשין (די וועלט האט 78 פראצענט) און קוים א פינפטל פון א פראצענט אקסיגן (די וועלט האט 21 פראצענט). דער טעמפרעאטור איז געוואנדן לויט די זון. ווען די זון שיינט איז דארט צווישן 220 און 70 דעגרי פארנהייט און ווען די זון שיינט נישט איז דארט צווישן מיינעס 140 און מיינעס 20 דעגרי פארנהייט. אין עטליכע מינוטן קען זיך די דעגרי טוישן מיט 60 דעגרי פארנהייט.

נאך אן אינטערעסאנטע זאך וואס מען איז געוואויר געווארן ווען מען האט באזוכט דעם מאדים איז די טונקעלע און ליכטיגע טיילן פון דעם פלאנעט. די פאנטאזיעס פלעגן גיין אז די טונקעלע ערטער מיינען קאנאלן און געוואוקסן אבער ווען די שטודיעס זענען געווען טיף אינעם פראצעס האט מען אנגעהויבן באמערקן אז עס זענען פאראן זאמד שטורעמעס אויף ריזיגע ראיאנען וועלכע קענען אנהאלטן לאנגע מאנאטן. סייענטיסטן זאגן יעצט אז צו יעדע צייט איז פאראן זאמד שטורעמעס און דאס איז וואס מיר זעען טונקעלע און ליכטיגע ראיאנען ווען מען קוקט מיט א טעלעסקאפ.

פון וואס די זאמד שטורעמעס קומען קען נאך נישט ערקלערט ווערן אבער מען שטעלט זיך פאר אז דאס פאסירט פון די שרעקליכע היץ פון די זון וועלכע'ס היץ די זאמד זאפט איין און הייבט אונטער די גרינגערע שטויבלעך און פארמירט א שטורעם.

וויסנשאפטלערס גלייבן אז פארשידענע טאלן און בערג אויפ'ן מאדים זענען געשאפן געווארן מיט די יארן און טוישט זיך כסדר. זיי גלייבן אז געוויסע זאכן פון ספעיס קלאפן אריין דערין און דאס שאפט גרויסע לעכער און ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס זענען פאראן וואולקאנען אויפ'ן מאדים וועלכע שאפן בערג. אגב, דאס זעלבע גלייבט מען וועגן די ערד. עס איז זיכער אז וואולקאנען האבן געשאפן בערג אבער זיי האלטן אז פאלנדיגע שטיקער פון ספעיס האט געשאפן לעכער במשך די יארן. זיי ווייזן אן אויף א שטח אינעם מדבר פון קאליפארניע וואו עס איז פאראן א גרויסע און טיפע לאך פון עטליכע מייל און זיי קענען נישט זען עפעס אנדערש נאר אז א ריזיגע שטיק פון ספעיס איז דארט געפאלן לויט זיי מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק.

עס איז פארשטענדליך אז אויב עס וועט געלונגן פאר נאס"א עווענטועל ארויפצושיקן לעבעדיגע מענטשן קיין מאדים וועלן אלע פאנטאזיעס צונישט ווערן און מען וועט טרעפן א ליידיגע פלאנעט וועלכע דער מענטשליכער מוח וועט נישט פארשטיין פארוואס דאס איז באשאפן געווארן. מען וועט זיך טרעפן האבנדיג אויסגעגעבן הונדערטער ביליאנען דאלארן און צענדליגער יארן פון שטודיעס.

טייל פון א בילד פון מאדים גענומען דורכן "אפארטיוניטי"


דער געיעג קיין מאדים

דער געיעג קיין מאדים האט זיך שוין אנגעפאנגן אין די 60'גער יארן און זינט דאן האבן אמעריקע, רוסלאנד, אייראפע, און יאפאן צענדליגער מאל ארויפגעשיקט ארביטערס פון וועלכע טייל האבן נישט און טייל האבן יא געלאנדעט אויפן מאדים. דער געיעג האט שוין אפגעקאסט פיל מער ווי יעדע אנדערע ספעיס מיסיע וויבאלד כמעט צוויי דריטל ראקעטס וועלכע מען האט אהינגעשיקט זענען דורכגעפאלן בעפאר מען האט געפארטיגט די מיסיע און טייל אפילו בעפאר מען האט אנגעהויבן. די ספעיס אגענטורן ווייזן אן אז זייער אסאך זאכן קענען גיין אומריכטיג און דערפאר האט מען געהאט אזויפיל דורכפעלער אבער אין פאקט זענען אסאך פון די מיסיעס דורכגעפאלן מיט מער פשוט'ע זאכן ווי פארלירן קאמיוניקאציע.

די ערשטע צו גיין קיין מאדים זענען געווען די רוסישע וועלכע האבן ארויפגעשיקט צוויי ארביטערס נאך אין 960' אבער ביידע זענען דורכגעפאלן. זיי האבן נאכגעשיקט נאך דריי צוויי יאר דערויף אבער אויך די דריי זענען דורכגעפאלן. צוויי זענען קיינמאל נישט ארויס פון די וועלט'ס ארביט און אן אנדערע וועלכע האט יא דעגרייכט זייער ווייט האט פארלוירן קאמיוניקאציע. צוויי יאר דערויף האט נאך איינס פארפעלט. טראץ רוסלאנד'ס דורכפעלער האט נאס"א באשלאסן אויך צו פרובירן און האט אנגעהויבן דעם מארינער פראגראם אין 964' און האט נאך יענעם יאר ארויפגעשיקט צוויי באזונדערע ארביטער מיט צוויי אנדערע ראקעטס פון וועלכע די ערשטע האט פארפעלט צו דעגרייכן דעם מאדים און די צווייטע האט סוקסעספול ארומגערינגעלט דעם רויטן פלאנעט. די ערשטע בילדער זענען געווען זייער אומקלאר און מען האט נאר אזויפיל געקענט זען אז דאס איז א רויטע פלאנעט מיט אסאך שטיינער.

נאך א מיסיע האט נאגעפאלגט אין 969' ווען ביידע אמעריקע און רוסלאנד האבן ארויפגעשיקט צוויי ארביטערס יעדער איינע. אמעריקע האט געשיקט מארינער 8 און מארינער 9 און רוסלאנד האט געשיקט מארס 1 און מארס 2. דריי פון די ארביטער האבן דעגרייכט דעם מאדים 9 מאנאטן שפעטער און נאר דער מארינער 8 איז שטיין געבליבן ערגעץ. אבער צו די אנטוישונג איז פונקט געווען א שטארקע זאמד שטורעם אויפ'ן מאדים און די בילדער האבן גארנישט געקענט ווייזן. מען האט געווארט עטליכע וואכן און ערשט דערנאך האבן די ארביטער אנגעהויבן אראפשיקן קלארע בילדער און מען האט צום ערשטן מאל געקענט זען די ווייסע פארפרוירענע טיילן ביים שפיץ. אין די פריע 970' יארן האט רוסלאנד געשיקט באלד 10 ארביטער מיט א פלאן זיי צו לאנדן אבער נאר צוויי פון זיי האבן געלאנדעט און א דריטע האט אויך געלאנדעט אבער האט געלאנדעט צו שנעל און איז צעבראכן געווארן. די צוויי וועלכע האבן יא געלאנדעט האבן אויך נישט עקזיסטירט צו לאנג אבער אינאיינעם האבן זיי געשיקט 60 גאר קלארע בילדער פון וועלכע מען האט געקענט נאנט באטראכטן די זאמד און שטיינער און זייערע קאלירן. נאך מיסיעס האבן נאגעפאלגט און עס האט אנגעהויבן ווערן מער סוקסעספול און אין 976' האבן די צווילינג וויקינג ארביטער ביידע סוקסעספול געלאנדעט און צום ערשטן מאל געשיקט קאלירטע בילדער און אסאך נייע אינפארמאציע וועגן די אטמאספערע אין גיאגראפיע.

אין די קומענדיגע 20 יאר האבן סיי רוסלאנד און סיי אמעריקע געשיקט עטליכע ארביטערס פון וועלכע רוב זענען געווען סוקסעספול און האבן אנגעהויבן אויסשטעלן א מאפע פון דעם מאדים. אין 97' האט נאס"א געשיקט דעם פעטפיינדער טרעקל וועלכע איז געווען א געוואלדיגע סוקסעס פונען ערשטן מינוט אן און האט געשיקט איבער 16,000 בילדער און האט געטאן פארשידענע עקספרימענטן מיט די זאמד און שטיינער. ביי יענעם מיסיע האט די וועלט צום ערשטן מאל געטראפן אן אינטערעסע אין דעם מיסיע און יעדער האט געליינט און גערעדט דערוועגן.

זייענדיג באוואפענט מיט אזויפיל סוקסעס האט אמעריקע, רוסלאנד, און אויך יאפאן אנגעהויבן שיקן מיסיעס קיין מאדים אבער רוב זענען דורכגעפאלן יעדע צוליב אן אנדערע סיבה. אבער נאס"א האט נישט אויפגעגעבן און האט אין 01' סוקסעספול געלאנדעט דעם אדיסי וועלכע האט געטאן עקספרימענטן מיט די אטמעספערע און געשיקט טויזענטער בילדער פון די העכסטע ערטער אויפ'ן מאדים. נאכדעם זענען געקומען די אייראפעאישע און האבן ארויפגעשיקט דעם ביגעל וועלכע האט געברויכט לאנדן און אריינגראבן אין די ערד פון דעם מאדים און דאס עקספרימענטירן. די לאנדונג איז געווען א סוקסעס אבער מען האט פארלירן קאמיוניקאציע דערמיט.

דער לעצטער מיסיע זענען געווען די צוויי מארס ראווערס וועלכע זענען געשיקט געווארן אין 03' אין צוויי באזונדערע מיסיעס. ביידע זענען געווען סוקסעספול און זענען נאך היינט טעטיג אויפ'ן מאדים אבער ווי נאס"א זאגט עלטערן זיי זיך שוין און וועלן בקרוב שטארבן. נאס"א האט באשלאסן צו שיקן א צווייטע פאר ראווערס וועלכע זענען ארויסגעשיקט געווארן אום אוגוסט 2006. מיט יעדע מיסיע ווערן די בילדער קלארער און קלארער און נאס"א זאצט אז אויב אלע צוקונפדיגע מיסיעס וועלן זיין סוקסעספול וועט זי זיין גרייט צו שיקן א לעבעדיגע מענטש ביז 20 יאר.


פארוואס פרובירט מען נישט שיקן מענטשן?

די הויפט סיבה פארוואס מען טראכט נאך נישט פון שיקן לעבעדיגע מענטשן קיין מאדים איז צוליב דער פאקט אז צוויי פון יעדע דריי מיסיעס זענען דורכגעפאלן אויף דערווייל און דאס איז א גרויסע איינשטעל פאר מענטשן. צום אלעם ערשטן דארף מען זיך איבערצייגן אז מען קען שיקן ראבאטישע ראווערס איינע נאך די אנדערע פאר לאנגע יארן און אלע זאלן זיין סוקסעספול. צווייטענס איז דאס צו טייער. א מיסיע קיין מאדים קאסט דערווייל א מיליאן דאלאר פער יעדע פונט וואס מען שיקט אהין. א צווילינג ראווער קאסט איבער א ביליאן דאלאר צו מאכן און דערויף קומען צו די קאסטן פון לאנטשן און אפערירן וועלכע קאסטן הונדערטער מיליאנען דאלארן. אויב א גרופע מענטשן זאלן געשיקט ווערן וועט מען דארפן א פיל גרעסערע ראקעט און קאפסול וועלכע וועט קאסטן אסטראנאמישע סכומים און מיט אזא קליינע סוקסעס ראטע האט עס נישט קיין שום פשט.

דריטענס דארף מען שטודירן טויזענטער זאכן בעפאר מען קען שיקן א מענטש. די ראווערס דארפן נישט קיין עסן און שלאפן און טוען וואס מען הייסט זיי. זיי ווערן נישט געשאדט פון ראדיאציע און האבן נישט קיין פראבלעם מיט די עקסטרעמע וועטערס. א מענטש וועט די אלע זאכן דארפן האבן און דאס וועט נישט גרינג אנקומען וויבאלד די מיסיע געדויערט לאנגע מאנאטן און דער מענטש וואלט נארמאל דאס נישט געקענט איבערלעבן.

די ראווערס פארלאנגן נאר א האלבע מיסיע ווייל זיי דארפן נישט אהיימקומען. די בילדער און דאטא ווערט טראנסמיטירט צו די וועלט און ווען זיי האבן אפגעדינט לאזט מען זיי דארט איבער. כדי צו קענען טראגן א מענטש קיין מאדים דארף מען מאכן א פלאן וויאזוי זיי אהיימצוברענגן וואס דאס אליינס קען געדויערן יאר לאנג. מען דארף ערשט שיקן עטליכע מיסיעס און זיי באווייזן צוריק צו ברענגן און ערשט דערנאך וועט מען קענען אנהייבן טראכטן דערפון.

די זון סיסטעם
 
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש
SSSBs:   מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן)
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון־סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע.
רשימה פֿון פּלאַנעטן
  1. ווייטערפירן מוסטער:רא