אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "װיקיפּעדיע:נאמען פון ארטיקל"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2: שורה 2:
ווען איר באשאפט אן ארטיקל, קלויבט אייך קודם אויס א פאסיגע נאמען.
ווען איר באשאפט אן ארטיקל, קלויבט אייך קודם אויס א פאסיגע נאמען.


פונקט ווי דער תוכן מוז דער נאמען אויך זיין צוגעפאסט צום ליינערס באקוועמליכקייטן, ד.ה. ביטע געבן א נאמען וואס רוב אידישע רעדער באנוצען זיך נישט דאס רצון זיך צו באווייזן פראפעשנעל. ווייל וואס אין אייערע אויגן קען זיין עפעס ריכטיג מיינט נישט אז דער קהילה האלט ווי אייך. פארשטייט זיך אז ווערטער וואס ווערן סיי ווי נישט גענוצט אין טעגליכן באנוץ פון שפראך קען מען יא געבן א נאמען וואס איז פרעמד אבער דאס מערסטע אויסגעהאלטן.
פונקט ווי דער תוכן מוז דער נאמען אויך זיין צוגעפאסט צום ליינערס באקוועמליכקייטן, ד.ה. ביטע געבן א נאמען וואס רוב אידישע רעדער באנוצען זיך. וואס אין אייערע אויגן קען זיין עפעס ריכטיג מיינט נישט אז דער די קהילה האלט ווי אייך.
פארשטייט זיך אז ווערטער וואס ווערן סיי ווי נישט גענוצט אין טעגליכן באנוץ פון שפראך קען מען יא געבן א נאמען וואס איז פרעמד אבער דאס מערסטע אויסגעהאלטן.


כללו של דבר דארף מען נוצן בלויז די סארט נאמען וואס טוט אפטייטשן די מערסטע די תוכן פון די טעמע. ד.ה. א ווארט וואס דער זוכער וועט אריינטייפן אינעם זוכן קעסטל אויפצוזיכן די דאזיגע טעמע.
כללו של דבר דארף מען נוצן בלויז די סארט נאמען וואס טוט אפטייטשן די מערסטע די תוכן פון די טעמע. ד.ה. א ווארט וואס דער זוכער וועט אריינטייפן אינעם זוכן קעסטל אויפצוזיכן די דאזיגע טעמע.

רעוויזיע ביי 15:12, 5 פֿעברואַר 2008

דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס.


ווען איר באשאפט אן ארטיקל, קלויבט אייך קודם אויס א פאסיגע נאמען.

פונקט ווי דער תוכן מוז דער נאמען אויך זיין צוגעפאסט צום ליינערס באקוועמליכקייטן, ד.ה. ביטע געבן א נאמען וואס רוב אידישע רעדער באנוצען זיך. וואס אין אייערע אויגן קען זיין עפעס ריכטיג מיינט נישט אז דער די קהילה האלט ווי אייך.

פארשטייט זיך אז ווערטער וואס ווערן סיי ווי נישט גענוצט אין טעגליכן באנוץ פון שפראך קען מען יא געבן א נאמען וואס איז פרעמד אבער דאס מערסטע אויסגעהאלטן.

כללו של דבר דארף מען נוצן בלויז די סארט נאמען וואס טוט אפטייטשן די מערסטע די תוכן פון די טעמע. ד.ה. א ווארט וואס דער זוכער וועט אריינטייפן אינעם זוכן קעסטל אויפצוזיכן די דאזיגע טעמע.

  1. א קעפל קומט אן נקודות. ווייל רוב אידיש רעדער וואס וועלן דאס זוכן האבן נישט קיין קלאוויאטורס מיט נקודות. נאר די נקודות קענט איר מאכן אינעם תוכן און די נקודות קעפל זאל זיין א רידיירעקט צום הויפט ארטיקל.
  2. קודם דארף דער ארטיקל האבן דער שם דבר קעפל ווי איידער א שם פועל אדער סיי וואסערע אנדערע צו-גאב טערמינען ווי שייכות אדער מין.
  3. אויך זאל דאס בעסער זיין לשון הווה ווי איידער די לשון עבר אדער עתיד.
  4. נישט האלבעטע ווערטער אדער ראשי תיבות נאר אנרופן די זאך ביי איר פולער נאמען. אויך נשיט שרייבן נאר בלויז איין נאמען נאר די גאנצער נאמען. אחוץ ביי די סדר איז אזוי ווי סי.ען.ען. א.א.וו.
  5. א נאמען קומט בלשון יחיד און נישט א לשון רבים. אחוץ אויב אזוי רופט מען עס ווי למשל ברילן נישט בריל.
  6. אויב מען שרייבט אן ארטיקל איבער א טעמע וואס האט קעגנאיבערע טעמעס, ווי צ.ב.ש. אז מען וויל שרייבן אן ארטיקל איבער "מסכת פיאה" זאל מען רופן דאס קעפל "מסכת פיאה" און נישט בלויז "פיאה", וויבאלד אויך די אנדערע מסכתות (צוליב וואס) האט באקומען א פארנאמען פון "מסכת", אזוי וועלן אלע קעפלאך פון דער זעלבער טעמע זיין אייניק. און פארשטייט זיך אז מען קען מאכן פאר דעם קעפל "פיאה" א רידיירעקט צו "מסכת פיאה".
  7. עקסטענשאן פון א נאמען: אויב איז דא אן ארטיקל וואס האט צוויי מיינונגן, ווי למשל א באגריף נאך א מענטש. זאל מען מאכן אזוי סאטמאר רבי (טעיפ), און אויף די נאמען וואס רוב מענשטן רופן די ארטיקל זאל מען לאזן אן די צוגאב אויפקלערונג. אויב צוויי מינע באגריפן נוצט מען אייניג און דאס זעלבע ביידע נעמען זאל מען מאכן א באדייטן הויפט ארטיקל און פון דארטן פירן צו ביידע ארטיקלן מיט צוגאב נעמען וואס קלערן אויף וואס דאס איז.
  8. אויך איז וויכטיק, נישט צו טוישן דעם אריגינעלן נאמען פון דער זאך (אדער דעם מענטש) וויאזוי מען רופט זי. ווי למשל, אפילו אין יידיש זאגט מען אריעל שאראן, איז ווען מען שרייבט האלט מען זיך צו דעם ארגינעלן נאמען אריאל שרון. דאס זעלבע זאך מיט סיי וואסארע אנדערע סאביעקטן ווי למשל מיר פאראידישן נישט קיין ענגלישע טערמינען דא. א ווארט וואס קיינער נוצט דאס נישט אין אידיש וועלן מיר נישט דאס שרייבן אויף א נייעם אויסגעארבייטן ווארט פאר דעם אידיש שפראך.
  9. נישט צו שרייבן לאטיינישע אותיות אין קעפל ווען ס'איז מעגלעך צו שרייבן אויף א"ב.

טוישן אן אנדערן'ס קעפל

עס איז דא א טול וואס הייסט באוועגן אין אונזער אידישער וויקיפעדיע טאר מען זיך נישט באנוצען דערמיט פארן זיך דורכרעדן אינעם רעדן בלאט פארוואס מען וויל דאס באוועגן, ווייל כדי צו קענען דאס באוועגן דארף דא קודם זיך פארמירן א געהעריגע קאנסענסוס אז אנדערע זענען אויך מסכים, כדי נישט צו קומען צו איבעריגע מחלוקת.

אויב האלט איר אז אייער קעפל איז אידיש מעגט איר דאס טוישן אן זיך דורכרעדן.

אויב קען מען נישט קומן צו קיין קאנסענסוס מאכט מען וואלן. און מען ברויך האבן מיט זיך דריי באנוצער וועלעכע ווילן טוישן קעגן דעם ווילן פון דעם מחבר, דאס וועט ווערן גערעכענט אזוי.

די ערשטע שטימע איז פון דעם מחבר, די פאקט אז דער מחבר האט אויסדערוועלט דעם נאמען גיבט שוין דעם ערשטע שטימע נישט צו טוישן, (דאס איז א אוטומאטישע שטימע), דאן ברויכן דריי באנוצער שטימען יא צו טוישן. אויב וועלן מערערע באנוצער נעמען א חלק אין די וואלן דאן פאלט דאס פון 3 קעגן 1 צו 2 קעגן 1 לדוגמא. אויב קומט נאך א באנוצער צום הילף פון מחבר ד.מ. אז עס איז דא 2 וואס ווילן נישט טוישן איז גענוג אז 4 ווילן יא טוישן.

אויב דער מחבר איז נישט געווען אקטיוו אין די לעצטע חודש, דאס הייסט אז ער האט נישט געמאכט קיין עדיטס אויף קיין שום זייט, דאן איז גענוג אויב 2 באנוצער ווילן א טויש, ווייל די אוטאמאטישע שטימע פון דעם מחבר פאלט אוועק און עס איז דא א געהעריגער קאנסענסוס פארן טויש.

זעהט אויך: