אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמואל פריעד"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 30: שורה 30:
פון זיינע באקאנטע מערכות:
פון זיינע באקאנטע מערכות:
* [[סאטמאר]] [[ברך משה]] ר' [[אליעזר קעסטענבוים]] און ר' [[משה גבאי]] קעגן [[אלטע פייגא טייטלבוים]] און ר' [[נחמן בראך]] אויף די זייט פון די לעצטערע.
* [[סאטמאר]] [[ברך משה]] ר' [[אליעזר קעסטענבוים]] און ר' [[משה גבאי]] קעגן [[אלטע פייגא טייטלבוים]] און ר' [[נחמן בראך]] אויף די זייט פון די לעצטערע.
* [[סאטמאר מחלוקת]] אויף די זייט פון [[זלמן לייב טייטלבוים]], וויבאלד עס איז אבער נישט מער ביי [[דין תורה]] איז ער נישט צופיל אקטיוו אין דעם. ה'תש"ס - עד היום.
* [[סאטמאר מחלוקת]] אויף די זייט פון [[זלמן לייב טייטלבוים]], וויבאלד עס איז אבער נישט מער ביי [[דין תורה]] איז ער נישט צופיל אקטיוו אין דעם. ה'תש"ס - ה'תשס"ח.
*[[ניקולשבורג רבי]] קעגן זיין ערשטע ווייב, אויף די זייט פון די פרוי. ה'תשמ"ב - ה'תשמ"ה
*[[ניקולשבורג רבי]] קעגן זיין ערשטע ווייב, אויף די זייט פון די פרוי. ה'תשמ"ב - ה'תשמ"ה
* [[מרדכי טענדלער]] קעגן [[הסתדרות הרבנים]], אויף די זייט פון הסתדרות הרבנים. ה'תשס"ה - ה'תשס"ו
* [[מרדכי טענדלער]] קעגן [[הסתדרות הרבנים]], אויף די זייט פון הסתדרות הרבנים. ה'תשס"ה - ה'תשס"ו

רעוויזיע ביי 03:38, 1 יאַנואַר 2008

טעקע:Shmiel Fied.jpg
שמואל פריעד

שמואל פריעד איז היינט צוטאגס פון די גרעסטע טוענים אין די וועלט. זייענדיג א שארף קעפל און שטייפער פארהאנדעלער האט ער זיך ערווארבן א רעפוטאציע אז סלוינט זיך אים צו האבן אויף א בעל דין'ס זייט ווען מען האט שוין נישט וואס צו פארלירן ווייל ער קען טאקע מאכן געווינען אבער ער קען אויך מאכן מען זאל פארלירן, און אויב הונדערט פארצענט נישט-גערעכט וועט ער פייטן אז איר זאלט נישט פארלירן מער און מאכן אייערע שאנסן פון געווינען פופציג פראצענט.

ער איז איבער צוואנציג יאר געשטאנען בראש פון די מערכה קעגן דעם ברך משה און די סאטמאר קהילה, זיי האבן טאקע געווארפן זיינע קינדער פון די מוסדות און ער האט זיך געמאפט קיין בארא פארק און זיינע קינדער זענען אלע געווארן אויס סאטמארע חסידים.

אויך איז ער אויף די וועלט בארימטע קעיס קעגן מרדכי טענדלער. אויך איז ער געווען דער וואס האט אנגעמאכט דעם גט פון רבי מעכיל לעבאוויטש, און נאך אסאך וועלט באקאנטע סקאנדאלן וואס זיין אקטיווער פיסקל האט אנגעמאכט שטורעמען און ערד ציטערענישן אינערהאלב דעם יהדות החרדית.

אנדערשט ווי אלע אנדערע טוענים איז ער גרייט מיט אלע מיטלען צו מאכן געווינען זיין צד, ער שלאגט, ער שרייט און ער האלט זיך נישט אפ פון קיין שום טעראר, וואס דאס פארשטייט זיך הערט זיך אן זייער שווער אויף די דיינים וואס זענען דערין פארמישט און זענען אפט מאל קעגן אים בלויז צוליב זיין שטייפקייט.

פערזענהליכקייט

ער איז געבוירן אין אונגארן גלייך נאך די צווייטע וועלט קריג.

זיינע עלטערן זענען מיט אים אנטלאפן קיין דייטשלאנד אויף פערנוואלד.

אין אנפאנג 50יער יארן זענען זיי געקומען קיין אמעריקע.

זיין טאטע איז אין אנפאנג געווען א מלמד אין צעהלים תלמוד תורה, אבער צעהלימער און פאפא רב ז"ל האבן אים געבעטן צו זיין א שוחט וויבאלד ער האט געהאט זיך געלערנט שחיטה נאך אין אונגארן פאר די קריג.

ער האט געלערנט אין צעהלים, דערנאך אין סאטמאר ביז די זעכצען.

ביי די זעכצען איז ער געגאנגען לערנען אויף בית מדרש העליון.

ער האט חתונה געהאט אין מאנטריאל און געקומען צוריק וויאנען אויף וויליאמסבורג ניו יארק גלייך נאך די חתונה.

ער איז דערנאך געווארן א שוחט פאר צעהלים, און איז געווען זייער שוחט ביז אנפאנג נ' יארען. כאטש די שחיטה האט נאר אנגעהאלטן זייט די מם'ס פאר כפרות ערב יום כיפור.

אנפאנג מם יארן האט ער געשלייפט דיאמאנטען און דערנאך געווארן א טוען רבני.

זיינע קעיסס

פון זיינע באקאנטע מערכות: