אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תענית אסתר"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ רובוט משנה: es:Ta'anit Ester
שורה 26: שורה 26:


[[en:Fast of Esther]]
[[en:Fast of Esther]]
[[es:Ta'anit Esther]]
[[fr:Taanit Esther]]
[[he:תענית אסתר]]
[[he:תענית אסתר]]
[[es:Ta'anit Ester]]
[[fr:Taanit Esther]]
[[hu:Tánit Eszter]]
[[hu:Tánit Eszter]]

רעוויזיע ביי 08:42, 17 סעפּטעמבער 2007

מעלעריי בילד פון אסתר המלכה, געמאלן דורכן ארטיסט Fovres Dingwall

תענית אסתר איז דער טאג איידער פורים, י"ג אדר, דער טאג איז א פאסט-טאג, מען זאגט סליחות און מ'ליינט ויחל.

די רמ"א פסק'נט אז צו פאסטן תענית אסתר איז נאר א מנהג און נישט קיין חובה, אנדערש ווי די אנדערע פיר תעניתים פון חז"ל, דעריבער איז מען מער מיקל תענית אסתר און געוויסע הלכות.

מקור

די תענית ווערט נישט דערמאנט קלאר און חז"ל, די איינציגע פלאץ וואס עס ווערט דערמאנט איז אנהויב מסכת מגילה זאגט די גמרא אז 'י"ג זמן קהלה לכל', דער ר"ת זאגט אז דאס גייט ארויף אויף תענית אסתר, וואס דעמאלטס זאמעלט מען זיך איין צו דאווענען צום אייבירשטן און פאסטן, וויבאלד די אידן בימי אחשורוש זענען אויך געווען אנגעוויזן אויף רחמי שמים.

אבער רש"י לערנט אז די ווערטער 'י"ג זמן קהלה לכל' איז נישט קיין הלכה, נאר ענדערש דאס באציעט זיך אויף די געשיכטע פון די מגילה, אז אום י"ג אדר האבן זיך איינגעזאמעלט די אידן זיך צו נוקם זיין אויף די פיינט.

דער רמב"ם - און ווי אזוי עס זעהט אויס פון רש"י - האלטן אז דאס פאסטן אום תענית אסתר איז בלויז אלס א זכר צו דער טאָג וואָס אסתר המלכה האט באצוווּנגען דעם פאָלק ישראל צו פאַסטן אויף איר, ווייל זי האָט געדאַרפט אַריינגיין בכוח צום קעניג בעטן מבטל זיין די גזירה פון פאַרלענדן כלל ישראל. אַזוי ווי עס שטייט אין מגילת אסתר (פרק ד' פסוק ט"ז): ”לֵךְ כְּנוֹס אֶת-כָּל-הַיְּהוּדִים הַנִּמְצְאִים בְּשׁוּשָׁן, וְצוּמוּ עָלַי וְאַל-תֹּאכְלוּ וְאַל-תִּשְׁתּוּ שְׁלֹשֶׁת יָמִים לַיְלָה וָיוֹם--גַּם-אֲנִי וְנַעֲרֹתַי, אָצוּם כֵּן; וּבְכֵן אָבוֹא אֶל-הַמֶּלֶךְ, אֲשֶׁר לֹא-כַדָּת, וְכַאֲשֶׁר אָבַדְתִּי, אָבָדְתִּי.” - און דערפאַר הייסט דער טאג "תענית אסתר".

בזמן אסתר האבן די אידן געפאסט אין חודש ניסן, נאר וויבאלד מ'טאר דאך נישט פאסטן און חודש ניסן האט מען עס מתקן א טאג פאר פורים.

טייל האלטן גאר אז מרדכי און אסתר האבן עס שוין מתקן געווען ווי מ'זעהט פון די פסוק אין די מגילה, ”לְקַיֵּם אֵת־יְמֵי הַפֻּרִים הָאֵלֶּה בִּזְמַנֵּיהֶם כַּאֲשֶׁר קִיַּם עֲלֵיהֶם מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי וְאֶסְתֵּר הַמַּלְכָּה וְכַאֲשֶׁר קִיְּמוּ עַל־נַפְשָׁם וְעַל־זַרְעָם דִּבְרֵי הַצֹּמֹות וְזַעֲקָתָֽם”, לויט דעם איז עס א חובה פונקט ווי קריאת מגילה און די אנדערע מצוות היום, אבער רוב ראשונים האלטן נישט אזוי, און דער ר"ן איז מסביר אז די ווערטער 'דברי הצמות וזעקתם' מיינט צו זאגן אז פונקט ווי חז"ל האבן געהייסו פאסטן די אנדערע פיר תענתים אלס א זכר פון די חורבן בית המקדש די זעלבע חויב איז דא צו מקיים זיין די מצוות היום פון פורים אלס א זכר פון די נס פורים.

מנהגים

אין מסכת סופרים שטייט אז די מנהג איז צו פאסטן דריי טאג, נאך פורים, מאנטאג, דארנעשטאג און מאנטאג, וואס רופט זיך בה"ב, ווייל בזמן אסתר האט מען אויך געפאסט דריי טאג, אבער די ב"י זאגט אז מיר פאסטן נישט דריי טאג ווייל עס איז אזאך שאין הציבור יכולין לעמוד.

אין קב הישר שטייט אז אום תענית אסתר זאל מען זאגן קאפיטל כ"ב פון ספר תהלים, 'א-לי א-לי למה עזבתנו', און עס איז סגולה צו געהאלפן ווערן מיט ישועות, ווייל חז"ל זאגן אז אסתר האט געזאגט די תפלה איידער ער איז אריין צו אחשורוש צו אפרופן די גזירה פון המן.

ייִדישע צײַטן און ימים טובים

שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה

עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | פסח שני | ל"ג בעומר

שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב

ראש חודש | חול המועד | תענית