אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי שלום שרעבי"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אויסגעמעקט די גאנצע אינהאַלט
שורה 1: שורה 1:
דער גרויסער בעל מקובל און באקאנטער שטערן אין קבלה וואס איז אויך באוואוסט מיטן נאמען '''רש"ש''' <small>(ראשי תיבות ר'בי ש'לום ש'רעבי)</small>, איז געבוירן אין [[תימן]] אין שטאט [[שרעב]].

ער איז ארויף קיין ארץ ישראל און דארט געלענט קבלה פון דעם בעל מקובל ר' [[גדליה חייון]], ער האט זיך געפירט מיט א אויסעגעווענדליכע סארט פרישות און חסידות.

אין יאהר תקט"ו האט ער איבערגענעומען די ישיבה "מדרש חסידים", ווייל דעמאלטס איז אוועק איהר ראש ישיבה ר [[ישראל יעקב אלגאזי]], און האט איהר געפירט ביז ער איז נפטר געווארן, דעריבער ווערט דער רש"ש גערופן אין אסאך ספרים "הרב החסיד", ווייל ער איז געווען דער ראש פון די חבורה פון מדרש חסידים.

דער חיד"א שרייבט אויף איהם אין שם הגדולים: '''ער איז געווען פון די איינציגע הייליגע לייט פון אינזער דור, א וואנדערליכע מקובל, מיט זיין באקאנטשאפט און קלוגשאפט האט ער געשטעלט די כוונת האר"י אויך איהר קלארקייט מיט א ריכטיגן סדר. ער פלעגט אינזין האבן אלע כוונת פון האר"י.''' ער האט געקענט "עץ חיים" בעל פה.

ער ווערט פארעכנט ביי די מקובלים אלס איינער פון די גרעסטע וואס זענען מסביר די טיעפקייט פון די חכמה.

דער חיד"א ברענגט פון איהם וואס ער האט געזעהן ביי איהם: איך האב געזעהן דעם חסיד און וואונדערליכן בעל מקובל דער רש"ש ווי יעדער ערב שבת פאר מנחה האט ער געמאכט א התרת קללות פאר זיך און פאר זיין הוזיגעזנד (ברכ"י שירי שיריים יור"ד סי' רי"א), דער רש"ש האט געזאגט אז תהלים צו זאגן ביינאכט אפשר אין דאס נישט אין כלל וואס דער האר"י האט געזאגט מען זאל נישט זאגן מקרה ביינאכט (שו"ת חיים שאל). איך האב געזעהן דעם חסיד און בעל מקובל דער רש"ש האט זיך געפירט נישט רעדן קיין ווארט צופרי פארן דאוונען (קשר גודל אות ק"ד). איך האב געזעהן דעם מופת הדור, דער ייהייליגער מאן דער רש"ש האט געלייגט תפילין רבינו תם אפילו אין אבילות (ברכי יוסף או"ח סי' ל"ח). איך האב געזעהן דער רש"ש ווי ער נעמט ארום מיטן ספר תורה שמחת תורה ביינאכט דעם עמוד, און אויך שמחת תורה צופרי און מוצאי שמחת תורה [הקפות] און האט געזאגט גרויסע סודות דערויף (לדוד אמת סי' י"ד).

==זיינע ספרים==
*'''פירוש השמ"ש'''
*'''סידור הרש"ש'''
*'''רחובות הנהר'''
*'''אמת ושלום'''
*'''נהר שלום''' [http://www.hebrew.grimoar.cz/sarabi/nahar_salom.htm]
*'''חסדי דוד''' [http://www.hebrew.grimoar.cz/sarabi/chasdej_david.htm]


דער חיד"א רעכענט זיך פאר זיין תלמיד. (זעה אין מחזיק ברכה או"ח סי' תקפ"ח, יוסף אומץ סי' מ"ד, חיים שאל ח"ב סי' כ"ה).


דער רש"ש איז נפטר געווארן אין יאהר [[י' שבט]] [[ה'תקמ"ב]]


[[en:Shalom Sharabi]]
[[he:שלום שרעבי]]
[[ru:Шалом Шараби]]

רעוויזיע ביי 16:11, 19 יולי 2007