אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רש"י"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 66: שורה 66:
[[בילד:ktavrashi.jpg|left|thumb|250px|כתב רש"י]]
[[בילד:ktavrashi.jpg|left|thumb|250px|כתב רש"י]]
[[בילד:Rashiscript.png|left|thumb|250px|כתב רש"י]]
[[בילד:Rashiscript.png|left|thumb|250px|כתב רש"י]]




[[en:Rashi]]
[[en:Rashi]]
[[da:Rashi]]
[[he:רש"י]]
[[de:Raschi]]
[[de:Raschi]]
[[da:Rashi]]
[[fr:Rachi]]
[[fr:Rachi]]
[[pl:Szlomo Jicchaki]]
[[pl:Szlomo Jicchaki]]

רעוויזיע ביי 15:27, 27 יוני 2007

א געמאלענער בילד פון רש"י

רבינו שלמה בן יצחק (רש"י איז ראשי תיבות ר'בי ש'למה י'צחקי) איז געווען א גרויסער תורה ריז אין די תקופה פון ראשונים. ער איז געבוירן געווארן אין ד'תת"א, און איז נפטר געווארן אין יאר ד'תתס"ה. און איז פאררעכנט אלס דער גרעסטער מפרש אויף תורה און גמרא.

רש"י האט געוואוינט אין פראנקרייך און דערפאר באנוצט ער זיך אסאך מאל מיט (בלע"ז) פראנצויזישע ווערטער צו פארטייטשן שווערע ווערטער.

זיין משפחה

עס ווערט דערציילט אז דער טאטע פון רש"י רבינו יצחק, האט זוכה געווען צו זיין זון רש"י הק', ווייל ער האט געהאט א טייערן דיאמאנט שטיין וועלכע ער האט אריינגעווארפן אין ים כדי דאס נישט צו פארקויפן פאר עבודה זרה.

רש"י האט געהאט דריי טעכטער.

  • די עלטסטע טאכטער מרים האט חתונה געהאט מיט רבי מאיר בן שמואל. זיי האבן געהאט פיר קינדער. רבינו שמואל דער רשב"ם, רבינו יעקב דער רבנו תם פון די בעלי התוספות, דער ריב"ם, און נאך א קינד שלמה וואס איז נפטר געווארן יונגערהייט. אויך האבן זיי געהאט א טאכטער וועלכע האט חתונה געהעט מיט רבי שמואל בן רבי שמחה (דער מחבר פון מחזור ויטרי), און זייער קינד איז געווען רבי יצחק הזקן (דער ר"י פון בעלי התוספות).
  • די צווייטע טאכטער, יוכבד, נישאה לרבי יהודה בר נתן (ריב"ן) און זיי האבן געהאט א קינד רבי יום-טוב.
  • די דריטע טאכטער רחל, האט חתונה געהאט א תלמיד חכם רבי אפרים, לא ידוע עליה דבר.


זיינע ספרים

רש"י האט פארטייטשט כמעט גאנץ תנ"ך: דער סדר פון פירוש רש"י על התורה איז צו געבן פארשטיין די פסוקים אויפן פשוט'ן אופן, אבער אין פאל ווען דער פשוט'ער פשט איז שווער צו פארשטיין, ברענגט רש"י אראפ די מדרשים פון די גמרא און חז"ל.

דער פירוש רש"י אויף די גמרא איז נישט דא אויף אלע מסכתות, געוויסע מסכתות האט זיין אייניקל דער רשב"ם און דער ריב"ן געענדיגט.

כתב רש"י

כתב רש"י
כתב רש"י