אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עמערגענץ צימער"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 105: שורה 105:
[[en:emergency department]]
[[en:emergency department]]
[[קאַטעגאָריע:רפואה]]
[[קאַטעגאָריע:רפואה]]
[[קאַטעגאָריע:עמוירדזשענסי]]

רעוויזיע ביי 18:09, 21 יוני 2007

עמוירדזשענסי צימער (Emergency Room), אדער ווי מען רופט דאס אין קורצן אי.אר., איז א ספעציעלע אפטיילונג אין אלע שפיטעלער ווי דאקטוירים שטעלן צו באהאנדלונג פאר פאציענטן וואס דארפן באלדיגע הילף.


פאציענטן

יעדע שפיטאל איז איינגעטיילט אין צענטערן וועלכע באהאנדלן יעדע איינע אנדערע פראבלעמען. יעדע דאקטאר איז ספעציאליזירט אין געוויסע פעלדער און קיינער קען נישט טאן אלעס. די דאקטוירים אין די עמוירדזשענסי צימערן דארפן קענען באהאנדלן אלע סארט מעדיקל סיטואציעס אין איין טאג, א זאך וואס קיין איין אנדערע דאקטאר קען נישט באווייזן.

אין א געווענליכע טאג קומען אריין פאציענטן מיט די פאלגענדע פראבלעמען:

קאר עקסידענטן, שפילן וואונדן, צעבראכענע ביינער, אפענע שניטן, אפגעבריטע און פארברענטע, אומקאנטראלירטע בלוטונג, הארץ אטאקעס, ברוסט ווייטאג (טשעסט פעין), פראבלעמען מיט אטעמען, אסטמא אטאקעס, נעמאניע, סטראוקס, פאר'חלש'טע, פארלוירענע און צומישטע, מענטשן וואס ווילן זיך נעמען דאס לעבן, פאציענטן וועלכע האבן גענומען צופיל מעדיצין (אווערדאוז), עקסטרעמע בויך ווייטאג, אנגייענדיגע אויסברעכונג, פאר'סמ'טע, אלערדזשי רעאקציעס, א.א.וו.

דאס בילד פון די עמוירדזשענסי צימער וואס יעדער געדענקט איז דער גערודער פון די אנקומענדיגע אמבולאנסן און וויאזוי עטליכע דאקטוירים און ניורסעס לויפן מיט מיט א בעט אין די שמאלע קאראדארן ווען עס איז אינגאנצן פארבליבן מינוטן צו ראטעווען יענעמ'ס לעבן. די דראמאטישע סצענעס איז טאקע נישט קיין זעלטנהייט, אבער די עמוירדזשענסי צימערן זענען פיל מער פון דעם. די ווארטונג'ס צימערן זענען שטענדיג איבערגעפילט מיט מענטשן וועלכע ווארטן צו באקומען הילף פאר אלע סארט זאכן און אסאך ווארטן נאר צו הערן א פארזיכערונג פון א דאקטאר אז עס איז גארנישט און מען קען אהיימגיין.

דאקטוירים דארפן שטענדיג זיין אויף די זיכערע זייט און זיי מעגן נישט אוועקמאכן ווען א מענטש רעדט זיך אפ. זיי זענען געלערנט דערויף און אויב זיי מאכן דאס יא אוועק זענען זיי געווענליך גערעכט און דעמאלט קען מען ווארטן ביז אינדערפרי צו גיין באזוכן די רעגולערע דאקטאר.


טריאזש

דאס איז די ערשטע ארט וואו אלע פאציענטן ווערן אונטערגעזוכט אין א רייע און דארט ווערן זיי איינגעטיילט אין 3 קאטעגאריעס:

1) באלדיגע לעבנ'ס וויכטיגע סכנה.

2) וויכטיג אבער נישט קיין באלדיגע לעבנ'ס וויכטיגע סכנה.

3) ווייניגער וויכטיג.

די טריאזש נוירסעס זענען געלערנט צו זיין געשיקט און קענען מאבן די ריכטיגע באשלוסן. זיי דארפן אונטערזוכן יעדן פאציענט מיט א רייע מעטאדן און דערנאך באשטעטיגן זיי וועלכע פאציענטן זענען מער וויכטיג און וועלכע קענען צוריקגיין צו די ווארט'ס פלעצער און אויסווארטן ווילאנג מען וועט זיי רופן. די וואס זענען לעבנ'ס וויכטיג ווערן באלד ווייטער געשיקט צו די באשטימטע דאקטוירים וואו זיי ווערן ווייטער בא'הנדל'ט.

יעדע פאציענט דארף זיך נאכדעם רעגיסטרירן וואס וועט העלפן די באאמטע נאכקוקן די היסטאריע פון דעם פאציענט וואס קען זיין בייהילפיג פאר די דאקטוירים. יעדע פאציענט אן אויסנאם מוז ווערן רעגיסטרירט און איינמאל דאס איז געענדיגט באקומט מען א שפיטאל קארטל וועלכע פארגרינגערט דאס רעגיסטרירן די קומענדיגע מאל.

די פאציענטן וועלכע ווערן זאפארט באהאנדלט פאר גאר גרויסע עמוירדזשענסיס ווערן רעגיסטרירט שפעטער און אמאל ביים פארלאזן די שפיטאל.


דיאגניזירונג

איינמאל דער פאציענט איז רעגיסטרירט גייט ער אריין אין א ווארט ליסטע און ווען עס קומט זיין שאנס וועט מען אים אריינשיקן אין די "עקזעמינעישן צימערן" וואו א דאקטאר אדער גוט געלערנטע נוירס וועט בעסער באטראכטן די סיטואציע און אלע סימפטאמען און נעמען די ריכטיגע טעסטס וועלכע פעלן זיך אויס פאר די דיאגניזירונג.

א גרויסע טייל פאציענטן ווערן פון דארט געשיקט צו נעמען א בלוט טעסט וועלכע ווערט געטאן אין א באזונדערע אפטיילונג פון די שפיטאל. איינמאל די בלוט טעסטס זענען פארטיג וועט דער דיאגניזירונג דאקטאר דאס באטראכטן און באשליסן וואס ווייטער צו טאן.

די בלוט וואס ווערט אויסגעזויגן אין א בלוט טעסט ווערט אריינגעלייגט אין קליינע פלעשלעך וועלכע קומען אלע מיט קאלירטע דעקלעך. יעדע קאליר מיינט עפעס אנדערש און לויט דעם ווערט עס געשיקט פאר אונטערזיכונג. אין רוב פעלער וועט דאס בלוט אריינגעלייגט ווערן אין 3 פלעשלעך וועלכע האבן צודעקן פון רויטע, בלויע, און פוירפיל קאלירן. דאס בלוט וועלכע ליגט אין די פוירפיל פעלשל ווערט געטעסט פאר די סארטן צעלן אין די בלוט. דאס בלוט אין די רויטע פלעשל ווערט געטעסט פאר די נישט צעלן טייל פון די בלוט (די פליסנדיגע טייל), און די בלויע פלעשל טעסט די דיקיקייט פון די בלוט.

אויב דער דאקטאר איז צופרידן מיט די אינפארמאציע וועט ער באלד מאכן א דיאגניזירונג באשלוס און געבן אנווייזונגן וואס צו טאן ווייטער. אין זייער אסאך פעלער וועט אבער דער דאקטאר באשליסן אז ער האט נישט גענוג אינפארמאציע און וועט מאכן מערערע טעסטס און זיך גיין דורכרעדן מיט א גרעסערע דאקטאר אדער אפערירונג דאקטאר.


ווער איז וואס?

רוב פאציענטן ווערן צעמישט ווען זיי זעען אזויפיל דאקטוירים און אזויפיל פראצעדורן און מען פארשטייט נישט ווער איז וואס. עס איז ווי איינער זאל באטראכטן א שפיל וועלכע ער ווייסט נישט וויאזוי עס גייט און ער איז אינגאנצן צעמישט וואס עס גייט פאר. אין אלגעמיין זענען די עמוירדזשענסי דאקטוירים און נוירסעס אייגעטיילט אין 6 סארטן:


עמוירדזשענסי דאקטאר

אן עמוירדזשענסי דאקטאר איז טרענירט א מינימום פון 4 יאר צו זיין שטעלע און מוז דורכגיין שווערע טעסטן צו קענען באקומען אזא דזשאב. דער דאקטאר לערנט זיך צוויי יאר אין קאלעדדזש און דערנאך דארף ער מיטהאלטן לעבעדיג אלע סארט פעלער פאר נאך צוויי יאר ביז ער האט בייגעוואוינט אלע סארט מעדיקל פעלער. ווען ער איז פארטיג דארף ער נעמען א ספעציאליזירונג (ווי עמוירדזשענסי מעדיצין, אינטערנויל מעדיצין, פאמילע, אפערירונג א.ד.ג.) ווייל יעדע דאקטאר דארף זיין ספעציאליזירט צו א געוויסע זאך אזויווי יעדע ארבייטער דארף טאן עפעס אנדערש. ווען דער דאקטאר הייבט אן זיין דזשאב איז ער דערווייל א רעזידענט דאקטאר (דאס איז ווי א צווייטער שטאפל דאקטאר) און נאך עטליכע יאר ערפארונג ווערט ער א געהעריגע דאקטאר.

יעדע דאקטאר אין אמעריקע דארף דורכגיין צוויי גרויסע טעטסן בעפאר ער ווערט באשטעטיגט דורך די אמעריקן באורד אוו עמוירדזשענסי מעדיצין. די ערשטע טעסט ווערט געגעבן שריפטליך און געדויערט איין גאנצע טאג און די צווייטע טעסט ווערט געגעבן מיט די מויל און געדויערט אויך איין טאג.


עמוירדזשענסי נוירס

עס זענען פאראן צוויי שטאפלן עמוירדזשענסי נוירסעס די ערשטע ווערט גערופן אר-ען (רעגיסטרירטע נוירס) און די צווייטע ווערט גערופן סי-אי-ען (סערטיפייד עמוירדזשענסי נוירס). עס זענען פאראן עטליכע ערליי וועגן וויאזוי זיי קענען ווערן רעגיסטרירטע נוירסעס. עס זענען פאראן קלאסן פון צוויי יאר ביז פיר יאר און יעדע פון זיי דארף באקומען א בעטשלאר אוו סייענס אין מעדיקעל דעגרי בעפאר זיי קענען באקומען א נוירס דזשאב.


דאקטאר געהילף

זייער אסאך דאקטוירים האבן געהילפן וועלכע זענען אויך געלערנט א מינימום פון צוויי יאר און טיילמאל 4 יאר. די געהילפן קענען טאן די גרינגערע ארבעט פון א דאקטאר און וועלן איבעררעדן אלעס מיט'ן דאקטאר. א געהילף דאקטאר קען אויך פארשרייבן רעצעפטן און געבן ווייטערדיגע באשלוסן אן פרעגן דעם דאקטאר אויב עס האנדלט זיך פון קלענערע זאכן.


עמוירדזשענסי דעפארטמענט טעכניקער

די סארט ארבייטער זענען נישט פאראן אין אלע שפיטעלער ווייל עס איז געוואנדן לויט די געזעצן אין די שטעט. די עמוירדזשענסי דעפארטמענט טעכניקער טוען אלע זייטיגע ארבעט ווי טראגן ברענגן, נעמען בלוט דרוק, געבן פעין קילערס, א.א.וו. די טעכניקער ווערן טרענירט דורך די שפיטאל באאמטע און געפינען זיך אויך אין אמבולאנסן.


יוניט סעקרעטאר

די זענען ארבייטער וועלכע טוען די וויכטיגע ארבעט פון קאמיוניקאציע אינערהאלב די עמוירדזשענסי צימערן און זענען נישט באקאנט פאר די פאציענטן. זיי וועלן מאכן אלע ערליי קאמיוניקאציעס ווי צווישן איין דאקטאר און די אנדערע, צו די פאמיליע פון דעם פאציענט, צו יענעמ'ס פאמיליע דאקטאר, און ענטפערן אלע טעלעפאן רופן פון פאציענטן וואס שפעקולירן אויב זיי זאלן אריינקומען אין שפיטאל פאר זייער פראבלעם.

די יוניט סעקטרעאטארן דארפן זיין גוט געלערנט צו זייער ארבעט און ספעציאליזירן זיך אין ענטפערן די ריכטיגע ענטפערס פאר פאציענטן וואס רופן אריין די עמוירדזשענסי צימערן. זיי דארפן פארשטיין אויב דער מצב איז ערנסט אדער נישט און אויב זיי ווייסן דאס נישט וועלן זיי קאמיוניקירן א דאקטאר וועלכע וועט דאס באלד ענטפערן.


טרענירונג דאקטאר

יעדע שפיטאל פארמאגט דאקטוירים וועלע טרענירן זיך און קוקן צו אלעס. כמעט יעדע גרויסע דאקטאר האט שטענדיג 3 אנדערע דאקטוירים ארום זיך וועלכע טרענירן זיך דורך באטראכטן זיין ארבעט. די דאקטוירים ווערן אנגערופן רעזידענט אדער אינטערן. טיילמאל וועלן זיי זיך נאר צוקוקן און טיילמאל וועלן זיי יא עפעס טאן אויב עס האנדלט זיך פון קלענערע פראבלעמען.


שפיטאל געצייג

יעדע עמוירדזשענסי צימער איז עקוויפטעט מיט פילע עלעקטראנישע און נישט עלעקטראנישע כלים און מאשינען וועלכע ווערן גענוצט פאר די פאציענטן:

סטעטאסקאפ = דאס איז די מערסט באקאנטע דאקטאר געצייג וועלכע מען נוצט אויסצומאלן א דאקטאר פאר א קינד. א סטעטאסקאפ איז נישט קיין עלעקטראנישע דעווייס אבער איז פון די וויכטיגסטע געצייג פאר א דאקטאר צו דיאגניזירן זיין פאציענט. דער דאקטאר לייגט צו די סטעטאסקאפ צו די הארץ, בויך, און רוקן און קען קלאר הערן די הארץ קלאפענישן און אלע רירונגן אינעם אטעמען סיסטעם.

די זעלבע סטעטאסקאפ ווערט אויך גענוצט צו הערן די לונגן פון וועלכע דער דאקטאר קען באלד וויסן צי דער פאציענט ליידט פון אסטמא, נעמאניע, און ענליכע פראבלעמען. די סטעטאסקאפ ווערט אויך גענוצט צו מעסטן די בלוט דרוק ווען דער דאקטאר הערט אויס די בלוט דרוק מיט די סטעטאסקאפ ווען ער בלאזט אריין די לופט. כאטש מען קען מעסטן די בלוט דרוק נאר מיט'ן ווייזערל, וועט אבער א דאקטאר בעסער פארשטיין דורכ'ן אויסהערן מיט א סטעטאסקאפ בשעת ער לאזט ארויס די לופט צעביסלעך.

קארדיאק מאניטער = דאס איז א מאשין וועלכע צייגט די הארץ קלאפענישן. מען נוצט דאס בעיקר פאר פאציענטן וועלכע קומען אריין מיט הארץ פראבלעמען. די מאשין באטראכטן די הארץ קלאפענישן און וועט אלאמירן ווען עפעס טויג נישט. טייל פון די מאשינען וועלן אויך האלטן אן אויג אויף די בלוט דרוק און די שטאפל פון אקסיגן וועלכע געפינט זיך אין די בלוט.

סטיטשעס טעצל = אין יעדע צימער געפינט זיך א טעצל וועלכע אנטהאלט אלע געצייג וועלכע מען דארף האבן צו נייען סטיטשעס. די ארבעט פון נייען סטיטשעס דארף טיילמאל געטאן ווערן אין גרויס איילעניש ווען א פאציענט פארלירט אסאך בלוט. אויך ביי יעדע אפעראציע נוצט מען דאס באלד ווען עס איז פארטיג.

ארטאפעדיק עקוויפמענט = די סארט עקוויפמענט איז געמאכט צו באהאנדלן אלע סארט ביינער צוברעכונגן און שפאלטענעס. די עקוויפמענט סעט אנטהאלט אלע סארט אייזערנע און פלאסטישע דעווייסעס וועלכע ווערט גענוצט צוריקצורוקן א ביין און דאס ארומצונעמען אויף ווייטער. עס איז אויך פאראן דארט די געצייג אויפצושניידן א קעסט (גיפס) און אסאך אנדערע זאכן וועלכע זענען געמאכט פאר'ן פאציענט צו האלטן פאר א לענגערע צייט אינדרויסן פון שפיטאל.

קרעש שאפע = דאס איז א שאפע פון געצייג וועלכע ווערן גענוצט אין די גרעסטע עמוירדזשענסיס ווען א פאציענט פאלט באוואוסטלאז אדער זיין הארץ הערט אויף ארבעטן. איינע פון די הויפט זאכן איז דער דעפיברילעיטאר וועלכע טוט אויפציטערן די הארץ דורך א שאק. ווען א קארדיאק מאניטער אלאמירט וועלן די נוירסעס און דאקטוירים באלד קומען צו לויפן מיט א דעפיברילעיטאר און וועלן שאקן דעם פאציענט וואס וועט טיילמאל העלפן זיין הארץ צוריקגיין צו זין געהעריגע הארץ קלאפעניש.

אינעם קרעש שאפע זענען אויך פאראן אסאך שרעקעדיגע געצייג וועלכע ווערן גענוצט צו שניידן און טאן באלדיגע מעטאדן ווי אריינלייגן א טוב אדער אנדערע זאכן.


פון עמוירדזשענסי ווייטער

איינמאל דער פאציענט איז דיאגניזירט און זיין מצב איז סטאביל וועט מען אים ווייטער שיקן צו אנדערע אפטיילונגן אין דעם שפיטאל אדער צו אן אנדערע שפיטאל אויב עס פעלט זיך אויס. אויב דער פאציענט איז באשטעטיגט צו זיין אין א גוטן צושטאנד וועט מען אים פארשרייבן א רעצעפט, אויב עס פעלט זיך אויס, און אים אהיימשיקן.

יעדע פאציענט ווערט ווייטער געשיקט מיט געשריבענע אדער געדרוקטע באריכטן וועלכע לויט'ן זיין מצב. ווען ער וועט אנקומען צו די אנדערע אפטיילונגן אדער אין אן אנדערע שפיטאל וועלן די דארטיגע דאקטוירים באלד וויסן פון וואס עס האנדלט זיך און וועלן אים נישט דארפן נאכאמאל אונטערזוכן און דיאגניזירן.

ווען א פאציענט ווערט אהיימגעשיקט אינמיטן די נאכט און דער דאקטאר האט אים פארשריבן א רעצעפט וועלכע ער וועט באלד דארפן האבן וועט מען אים געבן אינפארמאציע וואו ער קען יעצט באקומען אזא מעדיצין. רוב גרויסע שטעט האבן א רייע פארמאסיס געשעפטן וועלכע זענען אפען 24 שטונדן אבער אין די קלענערע שטעט ווערט דאס איינגעטיילט צו נעכט און יעדע פארמאסי איז אפען אן אנדערע נאכט. דאס געזעץ פארלאנגט אז יעדע שטאט מוז האבן כאטש איין פארמאסי וואס זאל זיין אפען יעדע מינוט אין טאג. די שפיטעלער באקומען די ליסטעט און וועלן אהינשיקן זייערע פאציענטן.