אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המספיק"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 9: שורה 9:
איר עקזעקטיוו דירעקטאר [[מאיר ווערטהיימער]] איז א [[מקורב למלכות]] וויסענדיג גענוי וויאזוי ארויסצושלעפן די געלטער פאר דעם וויכטיגן צוועק.
איר עקזעקטיוו דירעקטאר [[מאיר ווערטהיימער]] איז א [[מקורב למלכות]] וויסענדיג גענוי וויאזוי ארויסצושלעפן די געלטער פאר דעם וויכטיגן צוועק.


דערװײַל גײט אָן אַ ביטערע [[מחלוקה]] איבער׳ן בעלות פֿון המספּיק, װען פֿירער פֿונעם שטעטל [[קרית יואל]] ובראשם [[מאיר הירש]] װילן באַקומען בעלות אױף המספּיק, דער [[מחלוקה]] קען ברענגען אַ ריס אין די פֿירערשאַפֿט פֿוּן די [[אהרונים]], װאָרעם בײדע מאיר׳ס זענען [[אהרונים]], דערװײַל האַלט זיך דער [[אהרונים]] פֿירער רבי [[אהרן טײטלבױם]] שטיל (עס איז אונטרסאַנט צו זעהן װילאַנג ער װעט קענען האַלטן זײַן גרױס מױל פֿאַרמאַכט), און ער האָט זײ געשיקט צוּ אַ [[זבל״א]] [[בית דין]].


* [http://www.disabled.org/ המספיק וועבסייט]
* [http://www.disabled.org/ המספיק וועבסייט]

רעוויזיע ביי 14:40, 20 יוני 2007

המספיק איז געגרינדעט געווארן און עקזיסטירט היינט צו געבן פאר מענטשן מיט דיסעביליטיס די געלעגנהייט פון דערגרייכן די מערסטע פונקציעס וואס איז מעגליך און די באקוועמסטע קוואליטי פון לעבן. די ארבייט פון אנטוויקלען און ווירקליך דערגרייכן די מאקסימום מעגליכקייטן פון יעדן פערזאן ווערט אויסגעפירט דורך קוואליפיצירטע פראפעסיאנעלע שטאב מיטגלידער, אין א היימישע אטמאספערע פון ליבשאפט און רעספעקט.

דער סטרוקטור פון המספיק איז א זעלבסשטענדיגע נעץ פון פריוואטע נאן-פראפיט ארגאניזאציעס, אלע מיט די זעלבע מיסיע און ציל, נוצנדיג געמיינזאמע רעגירונג קוועלער און טעכנישע הילף. דער פארלאנג אויף אונזערע סערוויסעס איז גאר הויך און אונזער ציל איז דערפאר צו גרינדן המספיק אגענטורן אין יעדע געגנט פון ארטאדאקסישן אידענטום. היינט צו טאגס זענען פארהאן המספיק אגענטורן אין ניו יארק סיטי און אין עטליכע קאונטיס פונעם האדסאן וועלי ראיאן. יעדע המספיק אגענטור ווערט געפירט זעלבסטשטענדיג, אונטער א באזונדערע "באורד אוו דירעקטארס" – געווענליך עלטערן און אנערקענטע פערזענליכקייטן וועלכע פארשטייען גוט די געברויכן פון מענטשן מיט דיסעביליטיס. יעדע המספיק אגענטור איז, אלזא, א "פראוויידער", א מיטגליד אינעם גרויסן נעץ פון המספיק אגענטורן.

זייענדיג א מאכטפולע פיגור אויפן פראנט פון סערווירן מענטשן מיט דיסעביליטיס, טוט המספיק ווייטער פארזעצן די הייליגע ארבייט, מיט ספעציפישע ענערגיע צו העלפן משפחות ביים ארטאדאקסישן אידענטום וועלכע זוכן דאס בעסטע אין אלע געביטן ביים העלפן יונגע און אלטע מענטשן מיט באגרעניצונגען צוזאמען מיט זייערע משפחה מיטגלידער.

קינדער און ערוואקסענע מענטשן מיט דיסעביליטיס באקומען היינט צו טאגס א ברייטע ליסטע פון סערוויסעס און פראגראמען, סיי אין די אייגענע היים און סיי אינדרויסן.

איר עקזעקטיוו דירעקטאר מאיר ווערטהיימער איז א מקורב למלכות וויסענדיג גענוי וויאזוי ארויסצושלעפן די געלטער פאר דעם וויכטיגן צוועק.


המספיק ארגאניזאציע

אריינגערעכנט אין די ליסטע זענען, גאנץ קורצליך, די פאלגנדע סערוויסעס:

  1. רעזידענשאל – "גרופ האומס" פאר קינדער און ערוואקסענע, פריוואטע דירות אונטער "איי. עס. עס.", און "האום פעמילי קעיר" (קווארטיר ביי אנדערע משפחות).
  2. אינדערהיים – "רעזידענשאל העביליטעישאן" (נויטיגע הילף און טעראפי), "רע-אימבורסמענט" (פינאנציעלע הילף מיט אויסגאבן), "ענווייראנמענטל מאדיפיקעישאן" (רענאוואציעס צו מאכן דעם הויז באקוועם).
  3. הילף – "פעיס" פערזענליכע געהילפן, "מוח טראומא" הילף, "קעיר עט האום" סערוויס פאר קינדער, דזשאב טרענירונג און הילף, סערוויס קאארדינעישאן, דעי פראגראמען, דעי העביליטעישאן, רעספיט (בעיביסיטינג און וואקאציע), און "אוירלי אינטערווענשאן" (אונטערזיכונגען און טעראפי פאר קליינע קינדער).

אלע פראגראמען און סערוויסעס ווערן צוגעשטעלט דורך סטעיט-סערטיפייד שטאב מיטגלידער, אונטער די אויפזיכט פון ניו יארק סטעיט'ס "אפיס אוו מענטל ריטארדעישאן ענד דעוועלאפמענטל דיסעביליטיס" און "דעפארטמענט אוו העלט."

צו יעדע צייט און אונטער אלע אומשטענדן, ווערט המספיק און אלע אירע פראגראמען באלויכטן פון יעדן קאנסומער'ס שיינענדער צוקונפט, באגלייט מיט אומקאמפראמיסלאזע רעספעקט און עהרע פאר יעדן קאנסומער – וועלכער קומט אלץ ערשט און בלייבט אלץ גערעכט.

המספיק פובליקאציע

יעדן חודש קומט אן אויף די מעיל א צייטונג: המספיק גאזעט איר רעדאקטאר איז ר' יצחק אייזיק שניצלער שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מ'טשאבע שליט"א, דער אמאליגער בעל הבית פון "מילער שיף נייעס אגענטור" וואס איז היינט מקדיש זיין מוסקאלישער פענע אינגאנצן לטובת די העכערע הענדיגקעפ נשמות, און דינט אלס זייער פובליק רילעישאנס אדמיניסטרטור, וואס כידוע לייגן זיי אריין אסאך כוחות צו ארויסקוועטשען וואס מער פון די אינסטאנצן דורך דעם העלפענדיג אויפרעכטן די באטראפענדע משפחות דורך געבן טאַפּ קעיר פאר זייערע קראנקע קינדער.


אקטועלע נאטיצן

מלחמה אין קרית יואל צווישן די מאיר'ס איבער בעלות פון המספיק כל העולם כולו

אידישע וואולטעטיגע ארגאניזאציעס וואס זענען טעטיג מיט חסד צווישן די היינטיגע אידנטום איבער דער גארער וועלט.

אבני חסד • אגודת ישראל • בוני עולם • ביקור חולים ד'סאטמאר • ביקור חולים דראקלענד קאונטי • בת מלך • דור ישרים • דזשױנט • המספיק • וועד הרבנים • חברה הצלה • חוש • חברים • חסד (ארגאניזאציע) • חברה שומרים • יד שרה • כל ישראל חברים • משמחי לב • עי-טיים • עזר לחתנים • עזר לתלמיד • עזר למזון • פֿוטסטעפס • פחת תקווה • קופת העיר  • קרן עזר • קרן חתנים • רב טוב • רפואה וישועה • שערי חמלה  • שרשרת • תומכי שבת  •