א שיהל

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אָ שיהל איז די גרעסטע אשכנזישע שול אין סאן פאַולאָ, בראַזיל. די שוהל איז א בית חב"ד װאס איז געגרינדעט געװארן 20 יאר צוריק דורך דעם ליובאװיטשער רביס שליח אין בראַזיל, הרב ר' יוסף שילדקרויט.

היינט צו טאג באקומט עס אן עולם פון ארום 400 מענער און פרױען יעדן פרייטיק צו נאכט װאס די מערהייט באשטייט פון פרייע יידן. אין ראש השנה און יום כיפור דערגרייכט דער עולם 1800 מענטשן.

דער נאמען "אָ שיהל" איז געגעבן געװארן נאך דער מערהייט פון די מתפללים פון דער שול װאס באשטייט פון דרומדיגע יידישע דיאלעקט רעדערס , אין ביי זיי דער אױסלייג פון דאס װארט שול װערט ארױסגערעדט שיל.