ארטור באלפור
| געבורט |
25 יולי 1848 סקאטלאנד, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד |
|---|---|
| טויט |
19 מערץ 1930 (אלט 81) ענגלאנד, פאראייניגטע קעניגרייך |
| מדינה |
פאראייניגטע קעניגרייך, פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד |
| פאך |
פאליטיקער, שרייבער, פילאסאף |
| אונטערשריפט |
|
אַרטור באַלפור (1849-1921) איז געווען אן ענגלישער לאָרד, וועמענס נאָמען איז פאַרבונדן מיט דער "באַלפור דעקלאַראציע", פאַרנומען פאַרשידענע מיניסטאָרן אַמטן, און דער צייט פון דער ערשטער וועלט-מלחמה, אין יאָר 1916, האָט ערפאַרנומען דעם אַמט אָלס ענגלישער אויסערן מיניסטער (ביז יאָר 1920).
באַלפור דעקלאַראציע און ציוניזם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]באַלפור האָט אין יאָר 1917, דעם 2טן נאָװעמבער, אַרױסגעגעבן צום יידישן פאָלק זיין "באַלפור דעקלאַראציע". די דאָזיקע דעקלאראציע האָט באַלפור אַדרעסירט צו לאָרד ראָטשילד, און זי אַנטהאַלט די דערקלערונג, אַז די ענגלישע רעגירונג סימפּאַטיזירט מיט די יידישע ציוניסטישע שטרעבונגען און װעטשטיצן די גרינדונג אין ארץ ישראל פון אַ נאַציאנאַלער היים פאר דעם ידישן פאָלק.
לאָרד באַלפור האָט אויך דערנאָך מיטגעהאָלפן דעם ציוניזם. אין יאָר 1925 האָט ער אין ירושלים געעפנט די העברעאישע אוניווירסיטעט. לכבוד אים זענען אנגערופן געוואָרן א ריי גאסן אין א"י (אויך אין תל-אביב) מיטן נאָמען "באַל-פור", און אין עמק יזרעאל איז פאַראַן אַ קאָלאָניע מיטן נאָמען "בלפוריה" ("בלפוריא").
ארבעטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]לאָרד באַלפור איז אויך געווען אַ שריפטשטעלער און פילאָזאָף ,און ער האָט געשריבן אין ענגליש באַדייטנדע ביכער.
קוואַלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „באלפור, ארטור” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949) פון שמחה פיעטרושקא, וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.