לדלג לתוכן

אפסטעיט ניו יארק

פֿון װיקיפּעדיע

אפסטעיט ניו יארק איז דער דרויסנדיגער טייל פון ניו יארק מער ארויסצו פון ניו יארק סיטי וואס איז אין אלגעמיין מער שיטער באוואוינט און מענטשן גלייכן דארט צו וואוינען און שויס פון נאטור.

אינדרויסן פון ניו יארק סיטי ווערט געשאצט אז דארטן דורכאויס אלע שטעטלעך און יישובים וואוינען דער גרעסטער קיבוץ פון חרדישע אידיש רעדנדע פאמיליעס.

אזוי אויך דורך די זומער וואכן פארוויילן זייער אסאך פון די סיטי איינוואוינער אין די אלע רואיגע שטעטלעך וועלכע כמעט די גאנצע עקאנאמיע לויפט אויף די זומער איינוואוינער.

אזוי אויך האבן כמעט אלע חרדישע אידן פון דער סיטי גרויסע זומער קעמפס און קאנטרי׳ס ווי מען פארברענגט דורכאויס דעם זומער.

מערערע חרדישע מוסדות האבן אויך אנגעהויבן ארויס צו טראגן טיילווייז זייער ישיבה קטנה אפטיילונגען אויף א גאנץ יאריגן באנוץ צוליב דעם מאנגל אין פלאץ.