אפטישע פיברע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אפטישער פיבער)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
א בינטל אפטישע פיברעס

אן אפטישע פֿיברע איז א דינער פֿיברע פון גלאז אדער פלאסטיק וואס קען פירן ליכט פון איין עק צום צווייטן. אזא פֿיברע אפטיק קען טראגן 10 מיליאן מעלדונגען אויף א מאל. די וויסנשאפט און אינזשעניריע פון שאפן אפטישע פיברעס הייסט פֿיברע אפטיק. די הויפט ניץ פון אפטישע פיברעס איז אין טעלעקאמוניקאציע

פֿיברע אפטיק איז א טעכנאלאגיע, וואס לאזט דורכפירן אין מיליאנסטל ברוכטיילן פון וואס די דיגיטאלישע סיסטעם האט געלאזט אריבערפירן דורכן די קופערנע דראטן.

די היסטאריע דערפון[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דער טעלעאפאן ווערט געבוירן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די ערשטע אנאלאג טעלעפאן דראטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

די ערשטע קופערנע טעלעפאן דראטן האבן געארבעט אויף א סיסטעם לויט וויפיל מאס עלעקטער עס איז יעצט אויפן סעקונדע דא אינעם דראט (קעיבל)

אלעקסאנדער גרעהעם בעל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

וואס ווערט פארעכנט אלס דער ערפונדער פון דעם טעלעפאן אפאראט, האט דאס פאר יארן לאנג שטודירט, ביז איינמאל איז אים געלונגען אריינצורעדן אין דעם ריסעפטער פון זיין פלאץ אין איין צימער, און עס איז ארויסגעקומען זיין אריגינאלער קול פון דעם רעסיווער פון דעם צווייטן צימער, ווען ער האט אריינגעזאגט די ווערטער קום אהער, האט דער געהילף געמיינט אז ער איז געווען אין זיין צימער און ער האט אים גערופן אז ער זאל אריבער קומען מיט אים צוזאמען, דערווייל ווען ער איז אריין געקומען פרעגט ער אים וויאזוי זיצטו שוין דא, האט ער אים געענטפערט איך האב דיר פון דא גערופן, האט ער אים געזאגט אז עס קען נישט זיין איך האב דאך געהערט דיין קול, האט ער אים געזאגט יא עס איז אמת און דאס איז דער כלי וואס איז דער טעלעפאן און דעמאלטס איז דער ערשטער טעלעפאן געבוירן געווארן

אנאלאג ווערט אויפגעטוישט אויף דיגיטאליש[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

שפעטער האט מען אויפגעטוישט דעם וועג וויאזוי די אינפארמאציע ווערט אריבערגעשיקט די קופערנע דראטן וואס דאס האט מען אויפגעטוען אויף צוויי וועגן, איינס די שנעלקייט וואס עס גייט, און איינס די וואליום וויפיל עס פארנעמט אין דעם זעלבן זענדונג

דאס איז בעיקר געווארן אויפגעטוען אויף א וועג אז אנשטאט ווי אנאלאג וואס האלט אויף די צייט פון דעם דראט (קעיבל) געט מען איינמאל א שיק, אבער עס איז נאך אלס בעצם דער זעלבער וועג אז מען שיקט אריבער עלעקטרישע שטראמען דורך א קופערנער דראט

די היסטאריע פון פֿיברע אפטיק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דער טעכנישער חלק דערפון[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

דער הויפט אונטערשייד איז אז אנשטאט צו ווערן געשיקט דורך קופערנע דראטן שיקט מען א ליכטיגקייט דורך א גלאזערנעם דראט, וואס עס לויפט מיליאנען מאל אזוי שנעל ווי עלעקטער לויפט דורך קופער, ווי אויך קען מען אויף איינמאל שיקן מיליאנען זענדונוגען (שטראלן פון ליכטיגקייט) אין דעם זעלבן גלאזערנעם דראט, און אויב דאס איז נישט גענוג, קען דער גלאז בטבע פארנעמען אויף איינמאל ציי אהין און צו אויף צוריק און עס איז נישט קיין סתירה, דאס הייסט דרייפאכיג פארשנעלערט פון דעם קופערנע דראטן

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אפטישע פיברע