אנאנירן


אנאנירן אדער אויסרייבן איז דערוועקן דעם געשלעכט גליד וואס ביי מענער ברענגט צו הוצאת זרע לבטלה. דער מקור אין דער תורה איז אונן דער זון פון יהודה אויף וועמען שטייט אין פסוק "שיחת ארצה לבלתי נתן זרע לאחיו" (בראשית לח, ט),
עס איז שייך ביי פרויען און ביי מענער. אדער איינער פארן אנדערן.
ווען איינער לאזט ארויס זרע אין דער לופט און נישט אין א פרוי געשלעכט ארגאן, הייסט דאס אנאנירן.
לויט ווי מען פארשטייט פון חז"ל און פון די ראשונים איז דאס פארבאטן פאר א אידיש קינד און די תורה ווארענט דערויף ביי דער געשיכטע פון ער ואונן. דער זוהר שרייבט אויף עטליכע פלעצער אז דאס איז פון די הארבסטע עבירות און מען קען שווער תשובה טאן דערויף.
ביי חסידים איז דאס זייער אן הארבע עבירה, וואס וועגן דעם ווארשיינליך האבן זיי חתונה זייער יונג. אבער ביי טייל רעדט מען ווייניגער איבער דעם, צוליב די צניעות און ביי טייל איז דאס די מערסטע גערעדטער ענין אין זייער עבודת ה'.