אמעריקאנער נעיווי
| אמעריקאנער נעיווי | |
|---|---|
| United States Navy | |
זיגל |
פאן |
עמבלעם | |
| געגרינדעט: | 13טן אקטאבער 1775 |
| לאנד: | פאראייניגטע שטאטן |
| טיפ: | קריגספלאט |
| טייל פון: | דעפארטמענט פון דער נעיווי |
| הויפטקווארטיר: | פענטאגאן |
| גרויס: | בערך 337,000 אקטיווע זעלנער |
| פארגייער | קאנטינענטאלער נעיווי |
| קאמאנדיר: | דאנאלד טראמפ |
| ציווילער פירער | סעקרעטאר פון דער נעיווי |
| שוועסטער אפטיילונג | יו.עס. מארין קארפס |
| מאטא: | "Non sibi sed patriae"
(נישט פאר זיך, נאר פארן פאטערלאנד) "Semper Fortis" (תמיד שטארק) |
| מארש: | "Anchors Aweigh" |
| מאסקאט: | ציג (Bill the Goat) |
| קערן ווערטן: | "Honor, Courage, Commitment" |
| וועבזייטל: | navy.mil |
אמעריקאנער מיליטער | |||
|---|---|---|---|
| עקזעקוטיוו אפטיילונגען | |||
| שטאב | |||
| מיליטערישע דעפארטמענטן | |||
| מיליטערישע צווייגן | |||
| קאמאנד סטרוקטור | |||
| |||
| |||
דער אמעריקאנער נעיווי (ענגליש: United States Navy;, אפט פארקורצט U.S. Navy אדער USN) איז דער ים מיליטער פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע און איז איינע פון די אכט איינהייטן פון די אמעריקאנער באוואפנטע קרעפטן. ער איז פאראנטווארטליך פאר דורכפירן מיליטערישע אפעראציעס אויפ'ן ים, אין די וועלט'ס אקעאנען און וואסערן, פאר באשיצן אמעריקאנער האנדל און נאציאנאלע אינטערעסן, און פאר אונטערשטיצן די אנדערע אפטיילונגען פון די באוואפנטע קרעפטן ביי מלחמות און זיכערהייטס אפאראציעס.[1]
דער נעיווי ווערט גערעכנט אלס איינע פון די גרעסטע, מערסט אנטוויקלטע און שטערקסטע ים מיליטערן אין דער וועלט. ער פארמאגט הונדערטער קריגסשיפן, טויזנטער מיליטערישע פליגער, א גרויסע פלאטע פון נוקלעארע געטריבענע פליגער טרעגער און סובמארינען, און האלט א שטענדיגע אנוועזנהייט אין כמעט אלע וויכטיגע סטראַטעגישע ים וועגן איבער דער וועלט.[2]
דער אמעריקאנער נעיווי שטייט אונטער דער ציווילער פירערשאפט פונעם דעפארטמענט פון דער נעיווי, וועלכער איז א טייל פונעם דעפארטמענט פון פארטיידיגונג. אונטער דעם זעלבן דעפארטמענט געפינט זיך אויך דער אמעריקאנער מארין קארפס, כאטש ביידע זענען באזונדערע מיליטערישע אפטיילונגען מיט אייגענע באפעלן, סטרוקטור און אויפגאבן.[3]
זינט איר גרינדונג אין די טעג פון דער אמעריקאנער רעוואלוציע האט דער נעיווי אנטוויקלט א הויפט ראלע אין דער אויסערן פאליטיק און זיכערהייט פון די פאראייניגטע שטאטן. במשך פון מער ווי צוויי הונדערט יאר האט ער אנטיילגענומען אין כמעט אלע הויפט מלחמות וואו אמעריקע איז געווען פארמישט, אריינגערעכנט די קריג פון אומאפהענגיקייט, די מלחמה פון 1812, דער אמעריקאנער בירגער קריג, די שפאניש אמעריקאנער קריג, ביידע וועלט מלחמות, די קארעא מלחמה, די וויעטנאם קריג, די קאלטע קריג, די גאלף מלחמות און פארשידענע אפעראציעס אין דעם 21סטן יארהונדערט.[4]
היינט באדינט דער נעיווי אלס איינע פון די הויפט געצייגן דורך וועלכע די פאראייניגטע שטאטן האלט אן איר מיליטערישע אנוועזנהייט איבער דער וועלט. אירע פלאטעס אפערירן אין דעם אטלאנטישער אקעאן, פאציפישער אקעאן, אינדישער אקעאן, מיטללענדישער ים, פערסישער גאלף און אין פילע אנדערע וויכטיגע ים ראיאנען, וואו זיי נעמען אנטייל אין פארטיידיגונג, אפהאלטונג פון שונאים, באשיצן אינטערנאציאנאלע שיפס וועגן, הומאניטארישע שליחות'ן און צוזאמענארבעט מיט פארבינדעטע לענדער.[5]
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די קאנטינענטאלע נעיווי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קאנטינענטאל נעיווי
די היסטארישע ווארצלען פונעם אמעריקאנער נעיווי פירן צוריק צו דער אמעריקאנער רעוואלוציאנער קריג. אין די ערשטע חדשים פונעם קאנפליקט האבן די אמעריקאנער קאלאניעס כמעט נישט פארמאגט קיין אייגענע ים פלאטע. די בריטישע קעניגליכע נעיווי האט דעמאלט געהערשט איבער די ים וועגן און האט גענוצט איר איבערוויגנדע קראפט צו טראנספארטירן זעלנער, וואפן און פארזארגונג קיין צפון אמעריקע.[6]
ווען עס איז געווארן קלאר אז אן א אייגענע ים פלאטע וועט זיין שווער אפצושטעלן די בריטישע, האבן עטליכע פירער אין די קאנטינענטאלער קאנגרעס אנגעהויבן שטופן דעם געדאנק צו שאפן א ים מיליטער. דעם 13טן אקטאבער 1775 האט דער צווייטער קאנטינענטאלער קאנגרעס באשטעטיגט א באשלוס אויסצורישן צוויי באוואפנטע שיפן כדי צו פארכאפען בריטישע שיפן וואס האבן געפירט מיליטערישע פארזארגונג קיין אמעריקע. דער דאטום ווערט ביז היינט אנערקענט אלס דער אפיציעלער גרינדונגס טאג פונעם אמעריקאנער נעיווי.[7]
אין די קומענדיגע חדשים איז דער קליינער קאנטינענטאלער נעיווי צוביסלעך פארגרעסערט געווארן. ער האט באקומען נאך קריגסשיפן, און צוזאמען מיט פריוואטע פיראטן (Privateers) האט ער דורכגעפירט אנפאלן אויף בריטישע האנדלס שיפן, אפגעשניטן טייל פון זייער פארזארגונג און אין געוויסע פאלן אויך דירעקט באקעמפט קריגסשיפן פון דער קעניגליכער נעיווי. הגם דער קאנטינענטאלער נעיווי איז קיינמאל נישט געווען קיין צוגלייך אין צאל אדער קראפט מיט דער בריטישער פלאטע, האט ער געשפילט א וויכטיגע ראלע אין דער רעוואלוציאנער מלחמה דורך שטערן בריטישע ים אפאראציעס און געבן מאראלישע מוט פאר די אמעריקאנער רעבעלן.[8]
איינער פון די בארימטסטע אפיצירן פון יענער תקופה איז געווען דזשאן פאול דזשאונס, וועלכער איז באקאנט געווארן צוליב זיינע דרייסטע ים קאמפן קעגן בריטישע שיפן. זיינע אפעראציעס האבן אים געמאכט איינעם פון די מערסט בארימטע נאוועל פיגורן אין דער פריע אמעריקאנער מיליטערישער געשיכטע, און ער ווערט נאך היינט אפט באטראכט אלס איינער פון די גרינדער פון דער אמעריקאנער ים טראדיציע.[9]
אויפלעזונג און ווידער אויפבוי
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך דעם שלום אפמאך פון פאריז אין 1783 און דעם סוף פון דער רעוואלוציאנער מלחמה איז די ניי געגרינדעטע פאראייניגטע שטאטן אריין אין א שווערע פינאנציעלע לאגע. די רעגירונג האט נישט געהאט גענוג געלט צו האלטן א שטענדיגע פלאטע, און פילע פירער האבן געהאלטן אז א גרויסע מיליטער איז בכלל נישט נויטיג אין צייטן פון שלום.
צוליב דעם איז דער קאנטינענטאלער נעיווי אין יאר 1785 אפיציעל אויפגעלאזט געווארן. פאר עטליכע יאר האט די פאראייניגטע שטאטן כמעט נישט פארמאגט קיין קראפט צו באשיצן אירע האנדלס שיפן אויפ'ן ים. אמעריקאנער סוחרים זענען אפט געווארן אנגעפאלן דורך ים רויבער, באזונדערס דורך די בארבארישע שטאטן אין צפון אפריקע, און די רעגירונג האט געהאט בלויז באגרעניצטע מיטלען זיי צו באשיצן.[10]די אנפאלן פון די בארבארישע ים רויבער אויף אמעריקאנער האנדלס שיפן האבן באלד אויפגעוויזן אז א לאנד קען נישט לאנג עקזיסטירן אן א שטענדיגע ים מיליטער. סוחרים, דיפלאמאטן און מיליטערישע פירער האבן שטארק געדרוקט אויף קאנגרעס צו בויען א נייער ים פלאטע , וועלכער זאל קענען באשיצן אמעריקאנער האנדל, פארמיידן אויסלענדישע אנפאלן און פארשטארקן דעם אינטערנאציאנאלן שטאנד פון דער יונגער רעפובליק.[11]
דער רעזולטאט פון די דיסקוסיעס איז געווען דער נעיוואל אקט פון 1794, וועלכער איז אנגענומען געווארן דעם 27סטן מערץ 1794. דער געזעץ האט באפולמעכטיגט די רעגירונג צו בויען זעקס גרויסע פריגאטן, וואס האבן געשאפן דעם יסוד פונעם נייער שטענדיגער אמעריקאנער נעיווי. דער אקט ווערט באטראכט אלס דער יסוד פונעם היינטיגן אמעריקאנער נעיווי.[12]
די זעקס ערשטע פריגאטן זענען געווען:
- USS United States
- USS Constellation
- USS Constitution
- USS Congress
- USS Chesapeake
- USS President
יעדע פון די שיפן איז פלאנירט געווארן צו זיין שנעלער און שטערקער פון מערסטענס פריגאטן וואס זענען דעמאלט געווען אין דינסט ביי אייראפעאישע פלאטעס. דער הויפט אינזשעניר, דזשאשוע האמפריס, האט אויסגעארבעט א ספעציעלן פלאן, לויט וועלכן די שיפן זאלן קענען אנטלויפן פון גרעסערע שיפן און צוגלייך באזיגן קלענערע קעגנער. די געבוי האט זיך ארויסגעשטעלט אלס זייער געלונגען, און עטליכע פון די שיפן האבן געדינט פאר צענדליגער יארן.[13]
די בארימטסטע פון די זעקס איז געווען USS Constitution, וועלכע געפינט זיך נאך היינט אין עקזיסטענץ און ווערט אנערקענט אלס די עלטסטע קריגסשיף אין דער וועלט וואס געפינט זיך נאך אלץ אין אפיציעלער דינסט. זי ווערט אפגעהיט אלס א היסטארישער א סימבאל פון דער פריע אמעריקאנער נעיווי.[14]
די ערשטע מלחמות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]כמעט גלייך נאך איר אויפשטעלונג האט די נייער נעיווי אנגעהויבן אנטיילנעמען אין מיליטערישע אפעראציעס.
צווישן 1798 און 1800 האט זי געפירט דעם אזוי גערופענעם קוואזי קריג קעגן פראנקרייך. כאטש עס איז קיינמאל נישט אפיציעל דערקלערט געווארן אלס מלחמה, האבן אמעריקאנער און פראנצויזישע קריגסשיפן דורכגעפירט א ריי ים קאמפן אין דעם קאראיבישער ים און אין אטלאנטישער אקעאן. דער נעיווי האט באשיצט אמעריקאנער האנדלס שיפן און האט געכאפט אדער פארטריבן פראנצויזישע פריוואטערס.[15]
שפעטער האט דער נעיווי אנטיילגענומען אין דער ערשטער בארבארישער מלחמה צווישן 1801 און 1805. די בארבארישע לענדער אין צפון אפריקע האבן פארלאנגט געלט פון לענדער כדי נישט אנצופאלן זייערע האנדלס שיפן. ווען די פאראייניגטע שטאטן האבן אפגעזאגט ווייטער צו צאלן, האט דער נעיווי דורכגעפירט א ריי ים אפאראציעס אינעם מיטללענדישן ים קעגן די בארבארישע הערשער. די מלחמה האט באוויזן אז די פאראייניגטע שטאטן זענען גרייט צו נוצן מיליטערישע קראפט אויך ווייט פון זייערע אייגענע ברעגן.[16]
אין 1815, באלד נאך דער מלחמה פון 1812, האט דער נעיווי געפירט אויך די צווייטע בארבארישע מלחמה. די שנעלע זיג האט געברענגט א סוף צו פילע יארן פון בארבארישע אנפאלן אויף אמעריקאנער שיפן און האט שטארק פארגרעסערט דעם אינטערנאציאנאלן אנזען פונעם אמעריקאנער נעיווי.[17]

די מלחמה פון 1812
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – מלחמה פון 1812
די מלחמה פון 1812 קעגן גרויסבריטאניע ווערט באטראכט אלס איינע פון די וויכטיגסטע געשיכטעס אין די פריע תקופה אין דער פונעם אמעריקאנער נעיווי. כאטש די בריטישע קעניגליכע נעיווי איז געווען אסאך גרעסער און שטארקער, האבן אמעריקאנער פריגאטן דערגרייכט עטליכע באקאנטע זיגן אין איינצלנע ים קאמפן.
די הצלחות פון USS Constitution, USS United States און אנדערע שיפן האבן געוויזן אז גוט מושטירטע מאטראזן, שטארקע שיפן און גוטע פירערשאפט קענען געווינען אפילו א פיל גרעסערן קעגנער אין געוויסע אומשטאנדן. דערביי האט זיך באזונדערס בארימט געמאכט USS Constitution, וועלכע האט באקומען דעם צונאמען Old Ironsides, נאכדעם וואס בריטישע קוילן האבן זיך אפגעשפרונגען פון אירע דיקע האלצענע ווענט.[18]
פון דער אנדערע זייט האבן די בריטן מיט זייער איבערוועגנדיקער ים פלאטע דורכגעפירט א ברייטע בלאקאדע אויף אמעריקאנער פארטן. די בלאקאדע האט שווער געשעדיגט אמעריקאנער האנדל און האט געוויזן אז די פאראייניגטע שטאטן דארפן אין צוקונפט פארמאגן א פיל גרעסערע און שטארקערע ים פלאטע אויב זיי ווילן קאנטראלירן זייערע ים וועגן.[19]
אנטוויקלונג אינעם 19טן יארהונדערט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך דער מלחמה פון 1812 האט דער נעיווי אריינגעטרעטן אין א תקופה פון פארברייטערונג. די פאראייניגטע שטאטן האבן שנעל געוואקסן אין באפעלקערונג, עקאנאמיע און אינטערנאציאנאלן האנדל, און דערפאר איז אויך געוואקסן די נויט פאר א שטענדיגער מיליטערישער אנוועזנהייט אויפ'ן ים.
אין די קומענדיגע יארן האבן אמעריקאנער קריגסשיפן דורכגעפירט פאטרולן אינעם קאראאיבישן ים, אינעם מיטללענדישן ים נעבן מערב אפריקע און אין אנדערע טיילן פון דער וועלט. צווישן זייערע הויפט אויפגאבן זענען געווען באקעמפן ים רויבעריי, באשיצן אמעריקאנער האנדל, העלפן דיפלאמאטישע שליחות'ן און באקעמפן דעם טראנס אטלאנטישער שקלאפן האנדל.[20]
מיט דער צייט איז אויך געווארן קלאר אז דער נעיווי דארף א מער פראפעסיאנעלע אפיציר בילדונג. ביז דעמאלט זענען פילע אפיצירן געלערנט געווארן בעיקר דורך פראקטישע דערפארונג אויפ'ן ים וואס זיי האבן אסאך מאל בקימען זייענדיג פריוואטע מאטראזן נאך פאר זיי האבן זיך אנגעשלאסן אין די נעיווי. כדי צו פארגלייכן די מושטרונג האט די רעגירונג אין יאר 1845 געגרינדעט די אמעריקאנער נעיוואל אקאדעמיע אין אנאפאליס, מארילענד.
די אקאדעמיע איז געווארן די הויפט שולע פאר אויסבילדן צוקונפטיגע אפיצירן. די קאדעטן לערנען דארט נאוויגאציע, אינזשעניריע, מאטעמאטיק, פירערשאפט, מיליטערישע טעאריע און אנדערע פאך געביטן, און נאך זייער ענדיגן די שטודיעס גייען זיי אריין אין אפיציר דינסט אינעם נעיווי.[21]
דער אמעריקאנער בירגער קריג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אמעריקאנער בירגערקריג
דער אמעריקאנער בירגער קריג (1861–1865) האט געברענגט איינע פון די גרעסטע איבערקערענישן אין דער געשיכטע פונעם אמעריקאנער נעיווי. ווען די דרום שטאטן האבן זיך אפגעטיילט פון די פאראייניגטע שטאטן און אויפגעשטעלט די קאנפעדערעט שטאטן פון אמעריקע, האט דער נעיווי באקומען א צענטראלע אויפגאבע אין דער סטראַטעגיע פון פאראייניגן די רעגירונג. צוליב דער גרויסער ברעג ליניע פון די דרומדיקע שטאטן איז באשלאסן געווארן אפצושניידן זייער האנדל מיט אויסלאנד, כדי צו פארמינערן זייער מעגליכקייט צו באקומען וואפן, מאטעריאלן און פינאנציעלע שטיצע.[22]
די הויפט סטראַטעגיע איז געווארן באקאנט אלס דער אנאקאנדא פלאן. לויט דעם פלאן האט דער נעיווי געדארפט ארומנעמען די גאנצע קאנפעדערירטע ברעג ליניע מיט א בלאקאדע, אזוי ווי אן אנאקאנדא שלאנג וואס דרוקט ביסלעכווייז צוזאם איר קרבן. די בלאקאדע האט זיך אויסגעשטרעקט איבער טויזנטער קילאמעטער ברעג און האט פארלאנגט הונדערטער שיפן און צענדליגער טויזנטער מאטראזן.[23]
אין די ערשטע חדשים פון דער מלחמה האט דער נעיווי פארמאגט בלויז א באגרעניצטע צאל שיפן. דערפאר האט די פאראייניגטע רעגירונג שנעל אנגעהויבן בויען נייע קריגסשיפן און קויפן האנדלס שיפן וועלכע זענען איבערגעבויט געווארן פאר מיליטערישע באנוץ. במשך פון דער מלחמה איז דער נעיווי געוואקסן פון א רעלאטיוו קליינער ים פלאטע צו איינע פון די גרעסטע ים מיליטערן אין דער וועלט.[24]
איינע פון די וויכטיגסטע חידושים פון דער מלחמה איז געווען די אנטוויקלונג פון אייזן באפאנצערטע קריגסשיפן. ביז יענע צייט זענען רוב קריגסשיפן געבויט געווארן פון האלץ, אבער דער בירגער קריג האט געוויזן אז מעטאלישע באפאנצערונג קען געבן א גרויסן מיליטערישן אויבערהאנט.
דעם 9טן מערץ 1862 איז פארגעקומען דער בארימטער ים קאמף צווישן USS Monitor און CSS Virginia. דאס איז געווען דאס ערשטע גרויסע שלאַכט צווישן צוויי אייזן באפאנצערטע קריגסשיפן. כאטש די שלאַכט האט נישט געברענגט קיין קלארן זיג פאר קיין איין זייט, האט זי געוויזן פאר דער גאנצער וועלט אז די תקופה פון האלצענע קריגסשיפן ענדיגט זיך.[25]
אין דער זעלבער צייט האט דער נעיווי געשפילט א וויכטיגע ראלע אויפ'ן מיסיסיפי טייך און אנדערע גרויסע טייכן. טייך פלאטעס האבן אונטערגעשטיצט די פאראייניגטע ארמיי, באשאסן קאנפעדערעט פאזיציעס און געהאלפן אייננעמען וויכטיגע שטעט און פארטן. דער קאנטראל איבער די טייכן האט צעטיילט די קאנפעדעראציע און האט שטארק צוגעהאלפן צום ענדגילטיגן זיג פון דער פאראייניגטער זייט.[26]
ווען די מלחמה האט זיך געענדיגט אין 1865, איז דער אמעריקאנער נעיווי ארויסגעקומען מיט גאר א סך מער דערפארונג אין אינדוסטריעלער שיפ בויען, מאדערנע וואפן, קאארדינאציע מיט ערד קרעפטן און גרויסע ים אפאראציעס. פילע פון די חידושים וואס זענען אנטוויקלט געווארן אין יענער תקופה האבן שפעטער באאיינפלוסט ים מיליטערן איבער דער גאנצער וועלט.[27]
די יארן נאך דער בירגער קריג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך דעם סוף פונעם בירגער קריג האט זיך דער נעיווי נאכאמאל פארקלענערט. הונדערטער שיפן זענען ארויסגענומען געווארן פון דינסט, און די רעגירונג האט באטראכט אז א גרויסע ים פלאטע איז מער נישט נויטיג אין צייטן פון שלום. צוליב קלענערע בודזשעטן זענען פילע שיפן געווארן שטארק פארעלטערט, און ביז די סוף פון די 1870ער יארן האט דער אמעריקאנער נעיווי פארלוירן פיל פון זיין פריערדיגן שטארקן שטאנד.[28]
אין דער זעלבער צייט האבן אייראפעאישע לענדער אנגעהויבן בויען נייע שטאל געבויטע קריגסשיפן מיט שטארקע מאשינען, שווערע קאנאנען און מאדערנע באפאנצערונג. אמעריקאנער פאליטיקער און מיליטערישע פירער האבן מורא געהאט אז די פאראייניגטע שטאטן וועלן בלייבן הינטערשטעליג פון אנדערע גרויס מאכטן אויב מען וועט נישט מאדערניזירן דעם נעיווי.
דערפאר האט דער קאנגרעס אין די 1880ער יארן באשטעטיגט א סעריע פראגראמען פאר בויען א נייע דור שטאל געבויטע קריגסשיפן. די תקופה איז געווארן באקאנט אונטערן נאמען דער נייער נעיווי (New Navy). אנשטאט האלצענע שיפן מיט זעגל זענען איצט געבויט געווארן שיפן פון שטאל, געטריבן דורך פארע מאשינען און אויפגעריסט מיט פיל שטערקערע ארטילעריע.[29]
די מאדערניזאציע האט נישט בלויז פארבעסערט די טעכנישע מעגליכקייטן פונעם נעיווי, נאר אויך געברענגט א נייער בליק אויף דער ראלע פון ים קראפט אין אמעריקאנער אויסערן פאליטיק. מיליטערישע טעארעטיקער ווי אלפרעד טייער מאהאן האבן גע'טענה'ט אז א גרויסע ים מאכט איז א שטארקע תנאי פאר עקאנאמישע אנטוויקלונג און פאר א לאנד וואס וויל שפילן א הויפט ראלע אין וועלט פאליטיק. זיינע שריפטן האבן שטארק באאיינפלוסט סיי אמעריקאנער פירער און סיי אויסלענדישע ים מיליטערן.[30]
ביז די סוף פונעם 19טן יארהונדערט איז דער אמעריקאנער נעיווי שוין געווען א פיל שטארקערע, מאדערנערע און פראפעסיאנעלערע ים פלאטע ווי ער איז געווען בלויז עטליכע צענדליגער יארן פריער. די יסודות וואס זענען געלייגט געווארן אין יענער תקופה האבן צוגעגרייט דעם וועג פאר דער שנעלער אויפשטייג פון די פאראייניגטע שטאטן אלס איינע פון די גרעסטע ים מאכטן אין דער וועלט, א פראצעס וואס האט זיך באזונדערס ארויסגעוויזן אין דער שפאניש אמעריקאנער מלחמה אין 1898.[31]
די שפאניש אמעריקאנער מלחמה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – שפאניש אמעריקאנער מלחמה
די שפאניש אמעריקאנער מלחמה פון 1898 איז געווען דער ערשטער גרויסער אינטערנאציאנאלער קאנפליקט אין וועלכן דער מאדערניזירטער אמעריקאנער נעיווי האט געקענט ווייזן זיינע נייע מעגליכקייטן. ביז יענע צייט זענען די פאראייניגטע שטאטן שוין געווען א שנעל וואקסנדיקע אינדוסטריעלע מאכט, און אסאך פאליטישע און מיליטערישע פירער האבן געגלייבט אז דאס לאנד דארף אויך פארמאגן א ים פלאטע וואס וועט קענען אפערירן ווייט פון די אייגענע ברעגן.[32]
ווען עס איז אויסגעבראכן די מלחמה צווישן די פאראייניגטע שטאטן און שפאניע, האט דער נעיווי באקומען די הויפט אויפגאבע צו צעשטערן די שפאנישע ים קראפט און אפשניידן די שפאנישע קאלאניעס פון הילף און פארזארגונג. די אמעריקאנער ים פלאטע האט דורכגעפירט אפעראציעס סיי אינעם קאריבישער ים און סיי אינעם פאציפישער אקעאן, און האט אין ביידע ראיאנען דערגרייכט שנעלע און באדייטנדע זיגן.[33]
דעם 1טן מאי 1898 האט אדמיראל דזשאָרדזש דיוועי געפירט די אמעריקאנער אזיאטישע ים פלאטע אין דער שלאַכט פון מאנילא בוכטע (Battle of Manila Bay) . אין בלויז עטליכע שעה האט די אמעריקאנער ים פלאטע כמעט אינגאנצן פארניכטעט די שפאנישע שיפן אן קיין ערנסטע פארלוסטן אויף דער אמעריקאנער זייט. דער זיג האט געגעבן די פאראייניגטע שטאטן קאנטראל איבער די פיליפינען און איז געווארן איינע פון די מערסט בארימטע נצחונות אין דער געשיכטע פונעם נעיווי.[34]
א קורצע צייט שפעטער האט דער נעיווי אויך באזיגט די שפאנישע ים פלאטע ביי סאנטיאגא דע קובא. נאכדעם וואס די שפאנישע שיפן האבן פרובירט ארויסצוברעכן פון פארט, זענען זיי באלד באפאלן געווארן דורך אמעריקאנער קריגסשיפן. רוב פון די שפאנישע ים פלאטע איז פארניכטעט געווארן אדער ארויפגעלאפן אויפ'ן ברעג, און דערמיט האט די שפאנישע ים קראפט אין קאריבישן ים אויפגעהערט צו עקזיסטירן.[35]
די זיגן אין ביידע הויפט שלאַכטן האבן באוויזן אז דער אמעריקאנער נעיווי האט זיך אנטוויקלט פון א ראיאנאלער ים פלאטע צו א ים מאכט מיט גלאבאלע מעגליכקייטן. נאך דער מלחמה האבן די פאראייניגטע שטאטן באקומען קאנטראל איבער גואם, די פיליפינען און פארטא ריקא, און האבן פארגרעסערט זייער מיליטערישע און פאליטישע השפעה אין דער וועלט.[36]
דער אויפשטייג אלס וועלט ים מאכט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין די ערשטע יארן פונעם 20סטן יארהונדערט האט דער אמעריקאנער נעיווי ווייטער פארגרעסערט זיין ים פלאטע. נייע קריגס שיפן, קרוזערס, טארפעדא שיפן און אנדערע מאדערנע איינהייטן זענען צוגעקומען יעדעס יאר. די אינדוסטריעלע מעגליכקייטן פון די פאראייניגטע שטאטן האבן דערמעגלעכט בויען גרויסע שטאל שיפן אין א פיל שנעלערן גאנג ווי פריער.[37]
א וויכטיגער סימבאל פון דעם נייעם שטאנד איז געווען די גרויסע ווייסע ים פלאטע (Great White Fleet). אין 1907 האט פרעזידענט טעאדאר רוזעוועלט באפוילן אז זעכצן קריגסשיפן זאלן ארומפארן ארום דער וועלט. די שיפן זענען געווען אנגעמאלט אין ווייס, לויט דער דעמאלטיקער טראדיציע פאר שלום צייט פלאטעס, און זייער לאנגע רייזע האט געדויערט ביז 1909.[38]
די וועלט רייזע האט געהאט עטליכע צילן.
- א באוויז פון אמעריקאנער אינדוסטריעלע און מיליטערישע קראפט.
- אז דער נעיווי איז מסוגל אפערירן אויף יעדן אקעאן.
- אלס א דיפלאמאטישע שליחות דורך באזוכן פילע לענדער און פארטן איבער דער וועלט.
די הצלחה פון דער רייזע האט שטארק געהויבן דעם אינטערנאציאנאלן אנזען פונעם אמעריקאנער נעיווי.[39]
אין די יארן פאר דער ערשטער וועלט מלחמה האט דער נעיווי ווייטער אנטוויקלט נייע טעכנאלאגיעס. סובמארינען זענען געווארן א קבוע'דיגער טייל פון דער ים פלאטע, און מען האט אנגעהויבן עקספערימענטירן מיט מיליטערישע פליגער פאר ים אפאראציעס. כאטש די פליגער האבן דעמאלט נאך געהאט א באגרעניצטע ראלע, האבן זיי שוין געוויזן אז לופט קראפט וועט שפילן א הויפט ראלע אין די צוקונפטיגע אנטוויקלונג פונעם ים קריג.[40]
די ערשטע וועלט מלחמה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ערשטע וועלט-מלחמה
ווען די פאראייניגטע שטאטן האט אריינגעטרעטן אין דער ערשטער וועלט מלחמה אין 1917, האט דער אמעריקאנער נעיווי באקומען א צענטראלע ראלע אין באשיצן דעם טראנס אטלאנטישער פארקער צווישן צפון אמעריקע און אייראפע. איינע פון די גרעסטע סכנות איז געווען די דייטשע סובמארינען, וועלכע האבן אנגעגריפן האנדלס שיפן און טרופן טראנספארטן אין אטלאנטישער אקעאן.[41]
דער נעיווי האט איינגעפירט א קאנוואי סיסטעם, לויט וועלכן האנדלס שיפן זענען געפארן אין גרויסע גרופעס אונטער באגלייטונג פון קריגסשיפן. די מעטאד האט שטארק פארקלענערט די פארלוסטן פון דייטשע אונטערוואסער אנפאלן און האט ערמעגליכט צו טראנספארטירן זיכערערהייט וואפן, פלעגונג, און זעלנער קיין אייראפע.[42]
במשך פון דער מלחמה האט דער נעיווי אויך טראנספארטירט מער ווי צוויי מיליאן אמעריקאנער זעלנער איבערן אטלאנטישער אקעאן. דער לאגיסטישער אונטערנעמונג איז געווען אן אומגעווענליכע דערגרייכונג, ווייל זי האט פארלאנגט קאארדינאציע צווישן הונדערטער שיפן, פארטן און מיליטערישע איינהייטן אן ערלויבן דעם פיינט אבערצוהאקן די ליניעס.[43]
די מלחמה האט אויך באצייכנט דעם אנהייב פון א נייער תקופה פאר דער אמעריקאנער נעיווי. מיליטערישע פליגער האבן אנגעהויבן שפילן א גרעסערע ראלע, און די דערפארונגען פון דער מלחמה האבן איבערצייגט פילע אפיצירן אז אין צוקונפט וועלן פליגער און פליגער טרעגער ווערן א הויפט טייל פון יעדן מאדערנעם ים מיליטער. די מסקנא האט שפעטער באשטימט א גרויסן טייל פון דער אנטוויקלונג פונעם נעיווי אין די קומענדיגע צענדליגער יארן.[44]
די יארן צווישן די צוויי וועלט מלחמות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך דער ערשטער וועלט מלחמה האט דער אמעריקאנער נעיווי זיך געפונען אין א נייעם אינטערנאציאנאלן מצב. די גרויסע מאכטן האבן מורא געהאט אז א ווייטערדיגע פארמעסט אין בויען קריגסשיפן וועט ברענגען צו א נייעם געווער פארמעסט, און דערפאר האבן זיי געזוכט וועגן צו באגרענעצן די גרויס פון זייערע ים פלאטע.[45]
אין 1921 און 1922 איז פארגעקומען די וואשינגטאן נעיוואל קאנפערענץ, וואו די פאראייניגטע שטאטן, גרויסבריטאניע, יאפאן, פראנקרייך און איטאליע האבן אויסגעהאנדלט א סעריע אפמאכן איבער דער צוקונפט פון זייערע ים מיליטערן. די אפמאכן האבן באשטימט א גרעניץ פאר די וואג פון קריגסשיפן און האבן אנערקענט די פאראייניגטע שטאטן און גרויסבריטאניע אלס גלייכע ים מאכטן.[46]
כאטש די באגרעניצונגען האבן פארמינערט די צאל נייע קריגסשיפן וואס מען האט געקענט בויען, האבן זיי אבער געשטופט דעם נעיווי צו אנטוויקלען אנדערע סארטן שיפן. באזונדערס האט מען אנגעהויבן לייגן א גרעסערן געוויכט אויף פליגער טרעגער, וועלכע זענען דעמאלט נאך געווען א נייער געדאנק אין ים קריג.[47]
אין די 1920ער און 1930ער יארן האט דער נעיווי געבויט פליגער טרעגער ווי USS Lexington און USS Saratoga. די שיפן האבן געדינט אלס פראבע פעלדער פאר נייע טאקטיקן, וואו פליגער זענען אויפגעפלויגן פון שיפן אינמיטן ים און האבן דורכגעפירט שפיאנאזש, באמבאדירונגען און באשיצונג פון דער ים פלאטע. אסאך עלטערע אפיצירן האבן נאך אלץ געגלייבט אז קריגסשיפן וועלן בלייבן די הויפט וואפן אויפ'ן ים, אבער א יונגערע דור האט שוין געזען אז די צוקונפט באלאנגט פאר ים פליגער.[48]
אין דער זעלבער תקופה זענען אויך פארבעסערט געווארן סובמארינען, נייע ראדיא קאמוניקאציע, פייער קאנטראל סיסטעמען און אנדערע טעכנישע חידושים. די דערפארונגען פון יענע יארן האבן געשאפן די יסודות פאר דער ריזיגער אנטוויקלונג וואס דער נעיווי וועט דורכגיין ביים אויסברוך פון דער צווייטער וועלט מלחמה.[49]
די צווייטע וועלט מלחמה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – צווייטע וועלט-מלחמה
דער 7טער דעצעמבער 1941 איז געווארן איינע פון די וויכטיגסטע דאטומען אין דער געשיכטע פונעם אמעריקאנער נעיווי. יאפאנישע פליגער האבן דורכגעפירט א פליצלינגע לופט אנפאל אויף דער אמעריקאנער ים באזע אין פערל הארבער אויפן אינזל האוואי. אין לויף פון בלויז עטליכע שעה זענען אסאך קריגסשיפן פארניכטעט אדער שווער געשעדיגט געווארן, און טויזנטער זעלנער און מאטראזן זענען אומגעקומען אדער פארוואונדעט געווארן.[50]
כאטש דער אנפאל איז געווען א שווערער קלאפ פארן נעיווי, האבן די יאפאנער נישט פארניכטעט די אמעריקאנער פליגער טרעגער, ווייל זיי האבן זיך דעמאלט נישט געפונען אין פארט. דער פאקט האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אלס איינע פון די וויכטיגסטע סיבות פאר דער שנעלער ערהוילונג פונעם אמעריקאנער נעיווי.[51]
נאך פערל הארבער האט די פאראייניגטע שטאטן אנגעהויבן א ריזיגן פראגראם פון שיפס בוי און מיליטערישער פראדוקציע. אינדוסטריעס איבער'ן לאנד האבן געארבעט טאג און נאכט צו בויען נייע פליגער טרעגער, קריגסשיפן, קרוזערס, דעסטרויערס, סובמארינען, לאנדונג שיפן און צענדליגער אנדערע סארטן מיליטערישע שיפן.[52]
אין דער זעלבער צייט איז אויך די צאל מאטראזן געוואקסן אין א אויסערגעווענליכן פארנעם. פון בערך 380,000 מענטשן פאר דער מלחמה איז דער נעיווי געוואקסן צו מער ווי 3.4 מיליאן מענטשן ביזן סוף פון דער מלחמה. די ים פלאטע זעלבסט איז געוואקסן פון בערך 790 שיפן צו מער ווי 6,700 שיפן, וואס האט געמאכט דעם אמעריקאנער נעיווי צום גרעסטן ים מיליטער אין דער וועלט.[53]
דער פאסיפישער קאמפיין
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין פאסיפישן אקעאן האט דער נעיווי געפירט די הויפט ים אפאראציעס קעגן דער יאפאנישער אימפעריע. איינע פון די וויכטיגסטע שלאַכטן איז געווען די שלאַכט פון מידוועי אין יוני 1942. דארט האבן אמעריקאנער פליגער פון פליגער טרעגער פארניכטעט פיר יאפאנישע פליגער טרעגער און האבן געביטן דעם גאנצן מהלך פון דער מלחמה אינעם פאסיפישן טעאטער.[54]
נאך מידוועי האט דער נעיווי דורכגעפירט די סטראַטעגיע פון אינזל צו אינזל (Island Hopping). אנשטאט אנצופאלן יעדע יאפאנישע באזע, האבן די אמעריקאנער אויסגעקליבן סטראַטעגישע אינזלען, זיי איינגענומען און באנוצט אלס נייע לופט און ים באזעס פאר ווייטערדיגע אפעראציעס. דער פראצעס האט ביסלעכווייז געברענגט די אמעריקאנער ים פלאטע און ארמיי אלץ נענטער צו די הויפט יאפאנישע אינזלען.[55]
די נעיווי האט אויך אנטיילגענומען אין עטליכע פון די גרעסטע ים שלאַכטן אין דער געשיכטע, אריינגערעכנט די שלאַכט פונעם פיליפינישן ים און די שלאַכט פונעם לייטע גאלף. באזונדערס די שלאַכט פונעם לייטע גאלף ווערט אפט באטראכט אלס די גרעסטע ים שלאַכט וואס איז אמאל פארגעקומען, מיט הונדערטער שיפן און טויזנטער פליגער פון ביידע זייטן.[56]
אין אלע די אפעראציעס האבן פליגער טרעגער באוויזן אז זיי זענען געווארן די וויכטיגסטע שיפן אין א מאדערנעם ים מיליטער. זייערע פליגער האבן געקענט אנפאלן צילן הונדערטער קילאמעטער אוועק, פיל ווייטער ווי די קאנאנען פון אפילו די גרעסטע קריגסשיפן.[57]
אין אטלאנטישער אקעאן האט דער אמעריקאנער נעיווי געהאט אן אנדערע, אבער נישט ווייניגער וויכטיגע אויפגאבע. דארט איז דער הויפט קאמף געווען קעגן די דייטשע סובמארינען (U boats), וועלכע האבן פרובירט אפצושניידן די פארזארגונג צווישן צפון אמעריקע און אייראפע. מיליאנען טאן עסנווארג, וואפן, מאשינען און אנדערע פארזארגונג האבן געדארפט זיכער אנקומען קיין בריטאניע און שפעטער אויך צו די אליאירטע ארמייען אויפ'ן אייראפעאישן קאנטינענט.[58]
כדי צו באקעמפן די סובמארינען האט דער נעיווי פארבעסערט דעם קאנוואי סיסטעם, וועלכער איז שוין אויספרובירט געווארן אין דער ערשטער וועלט מלחמה. האנדלס שיפן זענען געפארן אין גרויסע גרופעס אונטער באגלייטונג פון דעסטרויערס, פריגאטן, קלענערע פליגער טרעגער און ים פליגער. צוזאמען מיט פארבעסערטע ראדאר, סאנאר און נייע וואפן קעגן סובמארינען האט דער סיסטעם ביסלעכווייז פארמינערט די דייטשע הצלחות און געהאלפן פארזיכערן די טראנס אטלאנטישע ליניעס.[59]
דער נעיווי האט אויך אנטיילגענומען אין די גרויסע ברעג אנפאל אפעראציעס אין צפון אפריקע, סיציליע, איטאליע און שפעטער אין מערב אייראפע. קריגסשיפן האבן באשאסן ברעג פאזיציעס פאר די לאנדונגען, לאנדונג שיפן האבן אריבערגעפירט טויזנטער זעלנער צום ברעג, און פליגער פון פליגער טרעגער האבן צוגעשטעלט לופט שטיצע פאר די ערד קרעפטן. די קאארדינאציע צווישן ים, לופט, און ערד קרעפטן איז געווארן א יסוד פון אמעריקאנער מיליטערישער דאקטרין פאר די קומענדיגע דורות.[60]
ביזן סוף פון דער צווייטער וועלט מלחמה איז דער אמעריקאנער נעיווי געווארן דער גרעסטער און שטארקסטער ים מיליטער אין דער וועלט. ער האט פארמאגט טויזנטער קריגסשיפן, א גלאבאלע נעץ פון באזעס, מיליאנען מאטראזן און אפיצירן, און א ריזיגע אינדוסטריעלע אינפראסטרוקטור וועלכע האט געקענט האלטן אזא ים פלאטע אין אקטיווער דינסט. די איבערלעבונגען פון דער מלחמה האבן אויך באשטעטיגט אז פליגער טרעגער, אמפיבישע אפעראציעס און צוזאמענגעשטעלטע קאמפס גרופעס וועלן ווערן די הויפט עלעמענטן פון מאדערנעם ים קריג.[61]
די קאלטער קריג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – קאלטער קריג
נאך דער קאפיטולאציע פון יאפאן אין 1945 האט דער אמעריקאנער נעיווי, אזוי ווי די אנדערע אפטיילונגען פון די אמעריקאנער מיליטער, דורכגעפירט א ברייטע דעמאביליזאציע. מיליאנען זעלנער זענען אהיימגעשיקט געווארן, און הונדערטער שיפן זענען ארויסגענומען געווארן פון דינסט אדער אריינגעלייגט אין רעזערוו. אבער די תקופה פון שלום האט נישט לאנג אנגעהאלטן. די וואקסנדיקע שפאנונגען צווישן די פאראייניגטע שטאטן און סאוועטן פארבאנד האבן שנעל אריינגעפירט דער וועלט אין דער קאלטער קריג.[62]
אין דער נייער תקופה האט דער נעיווי באקומען א ברייטערן און מער קאמפליצירטן אויפגאבע פארנעם. אויסער טראדיציאנעלע ים קאמפן האט ער געדארפט אפהאלטן א שטענדיגע גלאבאלע אנוועזנהייט, אפהיטן ים וועגן, אונטערשטיצן אמעריקאנער פארבינדעטע לענדער און אפהאלטן דעם סאוועטישער נעיווי פון באקומען קאנטראל איבער וויכטיגע אקעאנען.[63]
נוקלעארע תקופה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איינער פון די גרעסטע חידושים אין דער געשיכטע פונעם נעיווי איז געווען די אנטוויקלונג פון נוקלעארע געטריבענע שיפן. אין די 1950ער יארן האט דער אמעריקאנער נעיווי איינגעפירט די ערשטע נוקלעארע געטריבענע סובמארין, USS Nautilus. אנשטאט זיך צו פארלאזן אויף דיזעל מאטארן און בעטאריס, האט זי גענוצט אן נוקלעארע רעאקטאר, וועלכער האט איר ערמעגליכט צו בלייבן אונטערן וואסער פאר גאר לאנגע צייטן אן ארויפקומען צום אויבערפלאך.[64]
די הצלחה פון דער נייע טעכנאלאגיע האט שנעל געפירט צום בויען נאך נוקלעארע געטריבענע סובמארינען און שפעטער אויך נוקלעארע געטריבענע פליגער טרעגער. אזעלכע שיפן קענען אפערירן פאר פילע חדשים אן דארפן פרישע ברענשטאף, וואס גיט זיי א גרויסן סטראַטעגישן מעלה אין לאנגע אפעראציעס ווייט פון אמעריקאנער פארטן.[65]
אין דער זעלבער צייט האט דער נעיווי אנטוויקלט באליסטישע ראקעטן פאר סובמארינען. די שיפן, באקאנט אלס באליסטישע ראקעט סובמארינען, טראגן נוקלעארע ראקעטן וועלכע קענען ארויסגעשאסן ווערן פון אונטערן וואסער. זיי זענען געווארן איינע פון די דריי הויפט טיילן פונעם אמעריקאנער נוקלעארן אפהאלטונגס סיסטעם, צוזאמען מיט לאנד באזירטע אינטערקאנטינענטאלע ראקעטן און סטראַטעגישע באמבאדיר פליגער.[66]
צוליב זייער מעגליכקייט זיך צו באהאלטן פאר לאנגע צייטן אינעם אקעאן, ווערן די באליסטישע סובמארינען באטראכט אלס איינע פון די זיכערסטע מיטלען פאר א נוקלעארער נקמה, אויב אמעריקע וואלט אמאל געווען אונטער א נוקלעארן אנפאל.[67]
קארעא און וויעטנאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ערשטע גרויסע קריג נאכן אויסברוך פון דער קאלטער מלחמה איז געווען די קארעא מלחמה (1950–1953). אין יענער מלחמה האט דער אמעריקאנער נעיווי געשפילט א צענטראלע ראלע אין שטיצן די פאראייניגטע פעלקער'ס קרעפטן. פליגער טרעגער האבן דורכגעפירט טויזנטער לופט אנפאלן קעגן מיליטערישע צילן, קריגסשיפן האבן באשאסן ברעג פאזיציעס, און טראנספארט שיפן האבן אריבערגעפירט זעלנער, טאנקן און פארזארגונג קיין קארעא.[68]
איינער פון די מערסט באקאנטע אפעראציעס איז געווען די לאנדונג ביי אינטשאן אין סעפטעמבער 1950. אונטער דער פירערשאפט פון גענעראל דאגלעס מעקארטור האט דער נעיווי אריבערגעפירט א גרויסע אמפיבישע קראפט, וועלכער האט דערמעגלעכט פאר די פאראייניגטע פעלקער'ס קרעפטן צוריקצונעמען גרויסע טיילן פון דרום קארעא. די הצלחה פון דער אפעראציע ווערט נאך היינט געלערנט אין מיליטערישע אקאדעמיעס אלס א ביישפיל פון א גוט פלאנירטער אמפיבישער לאנדונג.[69]
אין די 1960ער און 1970ער יארן האט דער נעיווי אויך געשפילט א הויפט ראלע אין דער וויעטנאם מלחמה. פליגער טרעגער אינעם דרום כינעזער ים האבן געדינט אלס באוועגליכע לופט באזעס, פון וואו הונדערטער פליגער זענען טעגליך ארויסגעפלויגן אויף באמבאדירונגען און שטיצע מיסיעס.[70]
דער נעיווי האט אויך אנטוויקלט באזונדערע טייך איינהייטן פאר אפעראציעס אויפ'ן מעקאנג טייך און אנדערע וואסער וועגן אין דרום וויעטנאם. קליינע פאטראל שיפן האבן פאטראלירט טייכן, באשיצט פארזארגונגס ליניעס און אונטערגעשטיצט ערד קרעפטן אין געגנטער וואו טראדיציאנעלע גרויסע קריגסשיפן האבן נישט געקענט אפערירן.[71]
צוזאמען מיט די קאנווענציאנעלע אפעראציעס האט דער נעיווי ווייטער אויסגעבויט זיין נוקלעארן אונטערוואסער פלאטע און האט אנטוויקלט נייע אנטי אונטערוואסער טעכנאלאגיעס, כדי צו קענען נאכגיין און אפהאלטן סאוועטישע סובמארינען איבער דער וועלט.[72]
גלאבאלע אנוועזנהייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א וויכטיגער טייל פון דער אמעריקאנער סטראַטעגיע אין דער קאלטער מלחמה איז געווען האלטן א שטענדיגע מיליטערישע אנוועזנהייט אין די וויכטיגסטע ים ראיאנען. אנשטאט ווארטן ביז א קריזיס ברעכט אויס, האבן אמעריקאנער פלאטעס כסדר אפערירט אין פארשידענע טיילן פון דער וועלט, כדי שנעל צו קענען רעאגירן אויף יעדן קאנפליקט.[73]
אין דעם מיטללענדישן ים האט די זעקסטע פלאטע געדינט אלס דער הויפט אמעריקאנער ים קראפט קעגן סאוועטישע און אנדערע פאטענציעלע קעגנער. אינעם מערב פאסיפישן אקעאן האט די זיבעטע פלאטע אפערירט נעבן יאפאן, דרום קארעא, טאיוואן און אנדערע פארבינדעטע לענדער. אין פערסישן גאלף און אינדישן אקעאן האבן אנדערע פלאטעס באשיצט האנדלס וועגן און אויל טראנספארט.[74]
די ים פלאטעס האבן דורכגעפירט קאמבינירטע איבונגען מיט פארבינדעטע לענדער, באזוכט אויסלענדישע פארטן און אנטיילגענומען אין דיפלאמאטישע שליחות'ן. אזעלכע באזוכן האבן אפט געדינט נישט בלויז פאר מיליטערישע צילן, נאר אויך צו פארשטארקן באציאונגען צווישן די פאראייניגטע שטאטן און אנדערע לענדער.[75]
אין 1962, בעת דער קיובאנער מיסל קריזיס, האט דער נעיווי אויסגעפירט איינע פון זיינע וויכטיגסטע אפעראציעס אין דער קאלטער מלחמה. לויט באפעל פונעם פרעזידענט דזשאן עף. קענעדי האבן אמעריקאנער קריגסשיפן ארומגענומען קיובא מיט א ים בלאקאדע, וועלכע די אמעריקאנער רעגירונג האט אנגערופן א "קוואראנטין". דער ציל איז געווען צו פארמיידן אז סאוועטישע שיפן זאלן אריינפירן ווייטער נוקלעארע ראקעטן אויף דעם אינזל. נאך עטליכע טעג פון שווערע דיפלאמאטישע געשפרעכן איז דער קאנפליקט געקומען צו אן ענדע.[76]
אין די לעצטע יארן פון דער קאלטער מלחמה האט דער אמעריקאנער נעיווי ווייטער אנטוויקלט נייע דעסטרויערס, קרוזערס, נוקלעארע פליגער טרעגער און סובמארינען, צוזאמען מיט פארבעסערטע ראדאר, סאנאר און מיסיל סיסטעמען. דער ציל איז געווען אויפצוהאלטן א טעכנאלאגישן אויבערהאנט קעגן דעם סאוועטישן נעיווי, וועלכער האט אויך שנעל פארגרעסערט זיינע קראפטן.[77]
ווען דער סאוועטן פארבאנד איז צוזאמענגעפאלן אין 1991, איז געענדיגט געווארן די קאלטע מלחמה. דער אמעריקאנער נעיווי איז ארויסגעקומען פון יענער תקופה אלס דער גרעסטער און מערסט טעכנאלאגיש אנטוויקלטער ים מיליטער אין דער וועלט, מיט א גלאבאלער נעץ פון פלאטעס, באזעס און פארבינדעטע לענדער, וועלכע האבן אים דערמעגלעכט שנעל אפערירן אין כמעט יעדן וועלט אקעאן.[78]
נאך דער קאלטער מלחמה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מיטן צוזאמענפאל פונעם סאוועטן פארבאנד אין 1991 האט זיך דער זיכערהייטס מצב אין דער וועלט שטארק געביטן. אנשטאט זיך צוצוגרייטן פאר א גרויסער מלחמה צווישן צוויי וועלט מאכטן, האט דער אמעריקאנער נעיווי געדארפט זיך צופאסן צו א נייע תקופה, אין וועלכער ראיאנאלע קאנפליקטן, טעראריזם, הומאניטארישע קריזיסן און אינטערנאציאנאלע קאאליציעס האבן באקומען א גרעסערן באדייט.[79]
כאטש די צאל שיפן און מאטראזן איז במשך פון די 1990ער יארן פארקלענערט געווארן אין פארגלייך מיט דער קאלטער מלחמה, איז דער נעיווי געבליבן די גרעסטע און מערסט מאכטפולע ים פלאטע אין דער וועלט. דער צילהאט זיך מער גערוקט צו שנעלע רעאקציע, הויכע טעכנאלאגיע און גלאבאלע באוועגליכקייט.[80]
די גאלף מלחמה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – גאלף מלחמה
די ערשטע גרויסע אפעראציע אין דער נייער תקופה איז געווען די גאלף מלחמה אין 1991, נאכדעם וואס איראק האט אינוואדירט קאוועיט. דער אמעריקאנער נעיווי האט שנעל צוזאמענגעצויגן א גרויסע ים פלאטע אין פערסישן גאלף און אין דער ארומיקער געגנט, כדי צו אונטערשטיצן די אינטערנאציאנאלע קאאליציע קעגן איראק.[81]
פליגער טרעגער האבן געדינט אלס באוועגליכע לופט באזעס, פון וועלכע הונדערטער קאמף פליגער זענען ארויסגעפלויגן אויף אנפאלן קעגן איראקישע מיליטערישע צילן. גלייכצייטיג האבן קריגסשיפן צום ערשטן מאל אין א גרויסן פארנעם ארויסגעשאסן טאמאהאוק קרוז מיסילס קעגן ווייטע צילן אינעווייניג אין איראק. די פינקטליכע לאנג שטרעקיגע מיסילס האבן געוויזן נייע מעגליכקייטן פאר ים באזירטע אנפאלן אן דארפן קומען נאענט צום ברעג.[82]
די גאלף מלחמה האט אויך באשטעטיגט די וויכטיקייט פון פליגער טרעגער גרופעס. ווייל די פאראייניגטע שטאטן האבן נישט געדארפט זיך פארלאזן בלויז אויף אויסלענדישע לופט באזעס, האבן די פליגער טרעגער געקענט שנעל אנקומען צום קאנפליקט ראיאן און אנהייבן אפערירן כמעט גלייך.[83]
אפעראציעס אין די 1990ער יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך דער גאלף מלחמה האט דער נעיווי אנטיילגענומען אין א ריי אינטערנאציאנאלע שליחות'ן. צווישן זיי זענען געווען אפעראציעס אויפ'ן באלקאן בעת די קריגן אין געוועזענעם יוגאסלאוויע, וואו אמעריקאנער קריגסשיפן און פליגער טרעגער האבן צוגעשטעלט לופט שטיצע פאר נאטא אפאראציעס.[84]
אין אנדערע פעלער האט דער נעיווי דורכגעפירט הומאניטארישע שליחות'ן, אוועקפירן ציווילע באפעלקערונגען פון סכנה געגנטן און העלפן ביים צושטעלן עסנווארג, מעדיצין און אנדערע נויטווענדיגע הילף נאך נאטור קאטאסטראפן. אזעלכע שליחות'ן האבן געוויזן אז דער נעיווי דינט נישט בלויז פאר מלחמות, נאר אויך פאר אינטערנאציאנאלע הילף און קריזיס פארוואלטונג.[85]
נאך די אנפאלן פון 11 סעפטעמבער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די טעראריסטישע אנפאלן פון 11 סעפטעמבער 2001 האבן נאכאמאל געביטן די הויפט אויפגאבן פונעם אמעריקאנער נעיווי. די פאראייניגטע שטאטן האבן אנגעהויבן מיליטערישע אפעראציעס אין אפגאניסטאן און שפעטער אין איראק, און דער נעיווי האט געשפילט א וויכטיגע ראלע אין ביידע קאמפיינס.[86]
פליגער טרעגער אינעם אראבישן ים האבן געשיקט קאמף פליגער צו באמבאדירן צילן אין אפגאניסטאן, טראץ דעם וואס דאס לאנד האט בכלל נישט קיין ברעג. די לאנגע רייזעס האבן אונטערגעשטראכן די גרויסע אפעראציעלע מעגליכקייטן פון מאדערנע פליגער טרעגער און זייערע לופט פליגער.[87]
דער נעיווי האט אויך ארויסגעשאסן הונדערטער טאמאהאוק מיסילס קעגן צילן אין אפגאניסטאן און איראק, האט צוגעשטעלט טראנספארט און לאגיסטישע שטיצע פאר אנדערע אמעריקאנער קרעפטן, און האט באשיצט די הויפט ים וועגן אין מיטל מזרח.[88]
אין דער זעלבער תקופה האבן די נעיווי סיעלס (Navy SEALs), וועלכע געהערן צום נעיוואל ספעציעל ווארפער קאמאנד, דורכגעפירט א ריי ספעציעלע אפעראציעס קעגן טעראריסטישע ארגאניזאציעס. די איינהייט איז געווארן וועלט באקאנט צוליב אירע ריזיקאלישע אפעראציעס אויף יבשה, אויפ'ן ים און אין אנדערע אומגעבונגען.[89]
היינטיגע אויפגאבעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דעם 21סטן יארהונדערט האלט דער אמעריקאנער נעיווי אן מיט א שטענדיגער אנוועזנהייט אין אלע וויכטיגע וועלט אקעאנען. צווישן זיינע הויפט אויפגאבן זענען:
- באשיצן אינטערנאציאנאלע האנדלס וועגן.
- אפהאלטן פיינטלעכע לענדער דורך א שטענדיגע מיליטערישע אנוועזנהייט.
- אונטערשטיצן אמעריקאנער און פארבינדעטע קרעפטן ביי קאנפליקטן.
- באקעמפן ים רויבעריי.
- אנטיילנעמען אין באליסטישער מיסיל פארטיידיגונג.
- דורכפירן הומאניטארישע און ראטעוועניש אפאראציעס.
- דורכפירן איבונגען מיט פארבינדעטע לענדער.[90]
דער נעיווי אפערירט כסדר אינעם פאסיפישן אקעאן, אטלאנטישער אקעאן, אינדישן אקעאן, מיטללענדישן ים, פערסישן גאלף, רויטן ים און אין אנדערע סטראַטעגישע וואסערן. דורך די שטענדיגע פלאטעס קען די פאראייניגטע שטאטן שנעל רעאגירן אויף מיליטערישע אדער הומאניטארישע קריזיסן כמעט אומעטום אין דער וועלט.[91]
ארגאניזאציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער אמעריקאנער נעיווי איז איינע פון די זעקס מיליטערישע אפטיילונגען פון די פאראייניגטע שטאטן. ער געפינט זיך אונטער דעם דעפארטמענט פון נעיווי, וועלכער איז א טייל פונעם דעפארטמענט פון פארטיידיגונג. דער ציווילער פירער פונעם דעפארטמענט איז דער סעקרעטאר פון נעיווי, וועלכער ווערט באשטימט דורך דעם פרעזידענט מיט דער באשטעטיגונג פונעם סענאט.[92]
דער העכסטער מיליטערישער אפיציר אינעם נעיווי איז דער טשיף אוו נעיוואל אפעראציעס (Chief of Naval Operations), וועלכער איז דער העכסטער ראַנגירטער אפיציר פון דער נעיווי און א מיטגליד אינעם דזשוינט טשיפס אוו סטאף. ער איז פאראנטווארטליך פאר דער גרייטקייט, מושטערונג און אנטוויקלונג פונעם נעיווי, בשעת די אפעראציעלע קאנטראל איבער די פלאטעס ווערט געפירט דורך די פארשידענע געאגראַפישע קאמאנדן פונעם דעפארטמענט פון פארטיידיגונג.[93]
די פלאטעס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער אמעריקאנער נעיווי איז צעטיילט אין עטליכע נומערירטע פלאטעס, וועלכע זענען פאראנטווארטליך פאר פארשידענע טיילן פון דער וועלט. זייער ארגאניזאציע קען זיך פון צייט צו צייט טוישן לויט די באדערפענישן פון נאציאנאלער זיכערהייט, אבער די הויפט פלאטעס זענען:
- צווייטע פלאטע – אפערירט בעיקר אינעם צפון אטלאנטישער אקעאן און די מזרח ברעגן פון צפון אמעריקע.
- דריטע פלאטע – פאראנטווארטליך פארן מזרח און צענטראלן פאסיפישן אקעאן.
- פינפטע פלאטע – אפערירט אינעם פערסישן גאלף, אראבישן ים, רויטן ים און טיילן פונעם אינדישן אקעאן.
- זעקסטע פלאטע – פאראנטווארטליך פארן מיטללענדישן ים און טיילן פון אייראפע און אפריקע.
- זיבעטע פלאטע – די גרעסטע פלאטע, אפערירט אינעם מערב פאסיפישן אקעאן און אינדא פאסיפישן ראיאן.
- צענטע פלאטע – פאראנטווארטליך בעיקר פאר סייבער אפעראציעס און אינפארמאציע קריג.[94]
הויפט סארטן שיפן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער היינטיגער אמעריקאנער נעיווי פארמאגט א ברייטע אויסוואל פון קריגסשיפן, וועלכע זענען אויסגעשטעלט פאר פארשידענע מיליטערישע אויפגאבן.
פליגער טרעגער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די פליגער טרעגער זענען די גרעסטע און וויכטיגסטע שיפן אינעם נעיווי. זיי דינען אלס באוועגליכע לופט באזעס און טראגן צענדליגער קאמף פליגער, העליקאפטערס און אנדערע לופט מיטלען. אלע היינטיגע אמעריקאנער פליגער טרעגער ווערן געטריבן דורך נוקלעארע רעאקטארן, וואס דערמעגלעכן זיי אפערירן פאר לאנגע תקופות אן אנפילן מיט ברענשטאף.[95]
סובמארינען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די סובמארינען ווערן צעטיילט אין עטליכע הויפט סארטן:
- אטאקע סובמארינען, וועלכע באקעמפן פיינטלעכע שיפן און סובמארינען.
- באליסטישע מיסל סובמארינען, וועלכע טראגן נוקלעארע ראקעטן פאר סטראַטעגישע אפהאלטונג.
- גיידעד מיסיל סובמארינען, וועלכע קענען ארויסשיסן גרויסע צאלן קרוז מיסילס און אונטערשטיצן ספעציעלע אפעראציעס.[96]
דעסטרויערס
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די דעסטרויערס זענען צווישן די מערסט באנוצטע קריגסשיפן אינעם נעיווי. זיי באשיצן פליגער טרעגער קאמפס גרופעס, באקעמפן פליגער, מיסילס, סובמארינען און אויבערפלאך שיפן, און קענען אויך ארויסשיסן טאמאהאוק קרוז מיסילס קעגן ערד צילן. פילע פון זיי זענען אויסגערישט מיט דער איידזשיס קאמף סיסטעם (Aegis Combat System), וועלכע קאארדינירט ראדארן, מיסילס און אנדערע וואפן.[97]
אמפיבישע שיפן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די אמפיבישע שיפן טראנספארטירן מארינען, העליקאפטערס, לאנדונג מיטלען און אנדערע מיליטערישע עקוויפמענט פאר אפעראציעס אויפ'ן ברעג. טייל פון זיי קענען אויך טראגן פליגער וואס דארפן נישט קיין לאנגע ראנוועיס זיך צו היייבן אין לאנדען , ווי דער F-35B.[98]
שטיצע שיפן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]צוזאמען מיט די קאמף שיפן פארמאגט דער נעיווי אויך א גרויסע צאל טאנקער שיפן, פארזארגונג שיפן, שפיטאל שיפן, זיך שיפן און אנדערע הילפס איינהייטן, וועלכע מאכן מעגליך האלטן פלאטעס אין אפעראציע פאר לאנגע צייטן ווייט פון אמעריקאנער פארטן.[99]
פערסאנעל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער אמעריקאנער נעיווי באשטייט פון אקטיווע מאטראזן, רעזערוו קרעפטן און ציווילע אנגעשטעלטע. דער אקטיווער פערזאנעל ציילט הונדערטער טויזנטער מענטשן, און דער נעיווי איז איינע פון די גרעסטע ים מיליטערן אין דער וועלט לויט צאל פערזאנעל און לויט דער גרויס פון זיין פלאטע.[100]
די מושטרונג פון נייע מאטראזן הייבט זיך אן אין רעקרוט טרעינינג קאמאנד אין גרעיט לעיקס, אילינוי. אפיצירן ווערן אויסגעבילדעט דורך דער אמעריקאנער נעיוואל אקאדעמיע, דורך ROTC פראגראמען אין אוניווערסיטעטן, אדער דורך אפיציר קאנדידאטן שולעס.[101]
אויסרישונג און טעכנאלאגיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער אמעריקאנער נעיווי ווערט באטראכט אלס איינע פון די מערסט טעכנאלאגיש אנטוויקלטע ים מיליטערן אין דער וועלט. זיינע שיפן, סובמארינען, פליגער און אנדערע סיסטעמען ווערן כסדר מאדערניזירט, כדי צו האלטן א טעכנאלאגישן אויבערהאנט אין א וועלט וואו מיליטערישע טעכנאלאגיע אנטוויקלט זיך מיט א שנעלקייט.[102]
נעיווי פליגער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די נעיוואל פלי דיוויזיע איז א הויפט באשטאנדטייל פונעם נעיווי. זי באשטייט פון קאמף פליגער, עלעקטראנישע קריג פליגער, שפיאנאזש פליגער, טראנספארט פליגער און העליקאפטערס. רוב פון די פליגער אפערירן פון פליגער טרעגער אדער פון לאנד באזעס איבער דער וועלט.[103]
די הויפט קאמף פליגער אריינרעכענען:
- F/A-18 Super Hornet
- EA-18G Growler
- F-35C Lightning II
- E-2D Hawkeye
- P-8 Poseidon
- MH-60 Seahawk העליקאפטערס.[104]
יעדער פליגער האט א באזונדערע אויפגאבע. טייל ווערן באנוצט פאר לופט קאמף, טייל פאר אנפאלן קעגן ערד צילן, טייל פאר עלעקטראנישע קריג, און אנדערע פאר שפיאנאזש, ים פאטראלן, זוך און ראטעוועניש אדער באקעמפן סובמארינען.
וואפן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די הויפט וואפן פונעם היינטיגן נעיווי נעמען אריין:
- טאמאהאוק קרוז מיסילס פאר לאנג שטרעקיגע אנפאלן.
- סטאנדארד מיסילס פאר לופט פארטיידיגונג.
- אנטי שיף מיסילס.
- טארפעדאס פאר אונטערוואסער קאמף.
- קאנאנען פון פארשידענע קאליבער.
- נאענטע פארטיידיגונג סיסטעמען קעגן מיסילס און פליגער.[105]
פילע קריגסשיפן זענען אויסגערישט מיט ווערטיקאלע ארויסשיס סיסטעמען (Vertical Launch Systems), וועלכע דערמעגלעכן ארויסשיסן פארשידענע סארטן מיסילס פון די זעלבע ארויסשיס פלאטפארמע. דאס גיט די שיפן א גרויסע ביויגזאמקייט אין באקעמפן לופט , ים און ערד צילן.[106]
ספעציעלע איינהייטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א וויכטיגער טייל פונעם נעיווי איז דער נעיוואל ספעציעל ווארפער קאמאנד (Naval Special Warfare Command). די מערסט באקאנטע איינהייטן אינעם קאמאנד זענען די נעיווי סיעלס (SEALs).
די סיעלס ווערן אויסגעבילדעט פאר גאר שווערע און געפערליכע שליחות'ן, אריינגערעכנט:
- ספעציעלע שפיאנאזש.
- אנטי טעראר אפעראציעס.
- ראטעווען געפאנגענע.
- אונטערוואסער אפאראציעס.
- לאנג שטרעקיגע אינפילטרירונג אין פיינטליכע געגנטן.[107]
די מושטרונג פון די סיעלס ווערט פאררעכנט צווישן די שווערסטע מיליטערישע טרענירונגען אין דער וועלט, און בלויז א קליינער פראצענט פון די קאנדידאטן ענדיגן דאס מיט הצלחה.
באדייט און השפעה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זינט איר גרינדונג אין 1794 האט דער אמעריקאנער נעיווי געשפילט א הויפט ראלע אין דער אנטוויקלונג פון די פאראייניגטע שטאטן אלס א וועלט מאכט. ער האט באשיצט אמעריקאנער האנדל, אנטיילגענומען אין כמעט אלע הויפט מלחמות פון לאנד'ס געשיכטע, און געשאפן א שטענדיגע מיליטערישע אנוועזנהייט אין די וויכטיגסטע וועלט אקעאנען.[108]
אין דער היינטיקער תקופה ווערט דער נעיווי באטראכט אלס איינער פון די הויפט מכשירים פון אמעריקאנער אויסערן און זיכערהייטס פאליטיק. דורך זיינע פליגער טרעגער שלאג גרופעס, נוקלעארע געטריבענע סובמארינען, גלאבאלע פלאטעס און באזעס קען ער שנעל רעאגירן אויף קריזיסן, באשיצן אינטערנאציאנאלע ים וועגן, העלפן פארבינדעטע לענדער און אפהאלטן פאטענציעלע קעגנער.[109]
דער אמעריקאנער נעיווי פארמאגט היינט איינע פון די גרעסטע פליגער טרעגער פלאטעס, די גרעסטע נוקלעארע געטריבענע אונטערוואסער פלאטע און א גלאבאלע לאגיסטישע אינפראסטרוקטור, וועלכע דערמעגלעכט אים אפערירן כמעט אין יעדן אקעאן און ים איבער דער וועלט. די קאמבינאציע פון פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, פראפעסיאנעלער מושטרונג און גלאבאלער אנוועזנהייט מאכט אים פאר איינע פון די מערסט איינפלוסרייכע מיליטערישע ארגאניזאציעס אין דער היינטיקער וועלט.[110]
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/Structure_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://science.howstuffworks.com/navy.htm
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://science.howstuffworks.com/navy.htm
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://science.howstuffworks.com/navy.htm
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://science.howstuffworks.com/navy.htm
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://science.howstuffworks.com/navy.htm
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://science.howstuffworks.com/navy.htm
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://science.howstuffworks.com/navy.htm
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/Structure_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/Structure_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://science.howstuffworks.com/navy.htm
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://ibvi.org/blog/happy-birthday-u-s-navy-fun-facts-and-trivia/
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/History_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://science.howstuffworks.com/navy.htm
- ↑ https://ibvi.org/blog/happy-birthday-u-s-navy-fun-facts-and-trivia/
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/Chief_of_Naval_Operations
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/Structure_of_the_United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/Arleigh_Burke-class_destroyer
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy
- ↑ https://www.navy.com/
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Naval_Aviation
- ↑ https://www.navy.com/
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/Vertical_launching_system
- ↑ https://www.navy.com/careers-benefits/careers/special-operations/seal
- ↑ https://www.britannica.com/topic/United-States-Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy
- ↑ https://en.wikipedia.org/wiki/United_States_Navy