אמוניציע בערגל טראם סטאנציע
| אויפבוי־אינפארמאציע | |||
|---|---|---|---|
| געעפנט | 19 אויגוסט 2011 | ||
| לאקאציע | |||
| לאקאציע |
ירושלים, | ||
| קאארדינאטן | 31°47′57″N 35°13′55″E / 31.799151826168°N 35.2320775°E קאארדינאטן: 31°47′57″N 35°13′55″E / 31.799151826168°N 35.2320775°E | ||
| אתרים סמוכים | גבעת התחמושת | ||
| נאנטע סטאנציעס | שמעון הצדיק, גבעת המבתר | ||
| סטאנציע־אינפארמאציע | |||
| שם המערכת | ירושלים טראמוויי | ||
| פעראנען | 2 | ||
| ליניעס אדורך דער סטאנציע | רויטע ליניע (ירושלים) | ||
| באדינונגען | |||
|
| |||

אַמוניציע בערגל טראַם סטאנציע איז א סטאנציע אויף דער רויטער ליניע פון דער ירושלים לייכטער באן, וואס וועט אויך זיין א צוקונפֿטיגע סטאנציע אויף דער גרינער ליניע, און דינט אלס א טראנספארטאציע צענטער אין צפון־מזרח ירושלים .
וועגן דער סטאנציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די סטאנציע געפֿינט זיך אויפן ברעג פון צוויי הויפט דורכגאסן אין ירושלים: בר-לב בולעוואַר, א טייל פון שאסיי 60 וואס גייט אריבער דער שטאָט פון צפון צו דרום, און אשכול בולעוואַר, וואס איז א טייל פון דער דורכגאַס וואס פֿארבינדט די הזיתים קרייצוועג מיטן אריינגאנג קיין ירושלים (שאסיי 417) פון מזרח צו מערב. די סטאנציע געפֿינט זיך אויפן ברעג פון דער שטאט'ס געדיכטער געגנט, וואס מאכט זי פֿאר א צענטראלן פונקט פאר די וואס קומען קיין ירושלים פון מזרח און צפון-מזרח, צוזאמען מיט איינוואוינער פון הר הצופים און פסגת זאב. די ישראל פאליציי נאציאנאלע הויפטקווארטיר געפֿינט זיך לעבן דער סטאנציע.
די סטאנציע דינט אלס א טראנספארטאציע צענטער פאר די מעלה אדומים אויטאבוס ליניעס, און דינט אלס אן ענדפונקט פאר די ליניעס קייןבנימין און שומרון, ביתר עילית און מודיעין עילית, מיט א צאל שטאָטישע און אינטערשטאָטישע ליניעס וואס אפערירן ביי דער סטאנציע.
אלס טייל פון דער קאנסטרוקציע פון דער גרינע ליניע, האט מען געבויט דרום פון דער סטאנציע א צווייג.
טעראר־אטאקעס ביי דער סטאנציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עטלעכע אטאקעס זענען פֿארגעקומען אין דער סטאנציע:
- אטאקע אויף דער סטאנציע: דעם 22סטן אקטאבער 2014, האט א טעראריסט גע׳הרג׳עט חיה זיסל ברוין, א דריי-מאנאטיק ישראלדיק קינד, און קרן ימימה מוסקערא, א 22-יעריקע אימיגראנטין פון עקוואדאר, אין א אטאק מיט א ראם, ווען זיי האבן געווארט ביי דער אמוניציע בערגל סטאנציע. אין צוגאָב צו די צוויי טויטע, זענען נאך זיבן מענטשן פֿארוואונדעט געווארן. דער טעראריסט האט פרובירט צו אנטלויפן, איז געווארן דערשאסן, און געכאפט.[1][2]
- .דעם 8טן אקטאבער 2015, איז פֿארגעקומען א מעסער־אטאקע אין דער סטאנציע. איין בירגער איז ערנסט פֿארוואונדעט געווארן.[3]
- דעם 30סטן אקטאבער 2015, האט א מעסער־אטאקע ביי דער סטאנציע פארוואונדעט צוויי בירגער, און דער טעראריסט איז געווארן נייטראליזירט.[3]
- דעם 9טן אקטאבער 2016, איז פֿארגעקומען א שיסעריי אין דריי לאקאציעס אין ירושלים, איינע פון זיי איז געווען אין אט דער סטאנציע. אלס רעזולטאט פון דער שיסעריי אין דער סטאנציע, איז ליוונא מאליחי, א 60 יעריגע ירושלים איינוואוינערין, קריטיש פארוואונדעט געווארן און געשטארבן פון אירע וואונדן.[4]
- דעם 24סטן מאַי 2021, האט א טעראריסט געשטאכן און מיטלמעסיג פארוואונדעט צוויי זעלנער אין דער סטאנציע.[5]
- דעם 9טן יולי 2023, האט א טעראריסטקע פרובירט צו שטעכן א זיכערהייטס־וועכטער ביי דער סטאנציע.[6]
אויסלייג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]| צפונדיק | L1 קיין נווה יעקב |
| דרומדיק | L1 קיין הדסה עין כרם |
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- ↑
- פיגוע דריסה בירושלים: תינוקת נהרגה, שני פצועים קשה, ביי ynet, 22 באוקטובר 2014 (אויף העברעיש).
- ↑ מוסטער:וואלה
- 1 2
- אלישע בן קימון, רועי ינובסקי, אליאור לוי, יעל פרידסון ויואב זיתון, שני פצועים בינוני וקל בפיגוע בגבעת התחמושת; מחבלים נורו בצומת תפוח, ביי ynet, 30סטן אקטאבער 2015 (אויף העברעיש)
- ↑ מוסטער:Mako
- ↑ שני פצועים בינוני בפיגוע דקירה מול המטה הארצי בירושלים, ביי ערוץ 7, 24 במאי 2021 (אויף העברעיש)
- ↑ בתחנת הרכבת הקלה גבעת התחמושת בירושלים: מחבלת ניסתה לדקור מאבטח, ביי ערוץ 7, 9 ביולי 2023 (אויף העברעיש)
