אלפאנסאס בוקאנטאס

פֿון װיקיפּעדיע
אלפאנסאס בוקאנטאס
קיין פריי בילד
געבורט 11 סעפטעמבער 1941 (אלט 82)
ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך איבערזעצער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אַלפֿאָנסאַס בוקאָנטאַס (ליטוויש: Alfonsas Bukontas; געב. 11טן סעפטעמבער 1941) איז אַ ליטווישער דיכטער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס איז געבוירן דעם 11טן סעפּטעמבער 1941 אינעם דאָרף דאַפּשײַ אין זאַמעט (איצט – אין באַשטאַנד פונעם מאָזשייקער ראַיאָן פון ליטע). סוף יוני פון דעם זעלבן יאָר איז ליטע אָקופּירט געוואָרן דורך די דײַטשן. אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַסעס משפּחה איז אומגעבראַכט געוואָרן ווי אַלע ייִדן. ער אַליין איז לעבן געבליבן אַדאַנק ליטווינער, וועלכע האָבן אים געראַטעוועט, באַהאַלטן און אויסגעכאָוועט. אַלס דיכטער האָט אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס דעביוטירט אין 1958. אין 1964 האָט ער פאַרענדיקט דעם פילאָלאָגישן פאַקולטעט פונעם ווילנער אוניווערסיטעט. ער איז געווען אַ לערער אין שולן און אַ מיטארבעטער אין רעדאַקציעס פון צײַטונגען און זשורנאַלן. אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס האָט איבערגעזעצט אין ליטוויש דיכטונג פון דײַטש, רוסיש, פּויליש ווי אויך פון אַנדערע שפּראַכן. ער האָט איבערגעזעצט פון יידיש לידער פון משה קולבאק און אברהם סוצקעווער, פון העברעיש - לידער פון יהודה עמיחי. אין 1997 האָט דער דיכטער צונויפגעשטעלט און אַרויסגעגעבן אַ בוך, וואָס האָט אין זיך אײַנגעשלאָסן משה קולבאַקס פּאָעמע "ווילנע" אינעם אָריגינאַל אויף ייִדיש און אין איבערזעצונגען אויף ליטוויש, ענגליש, פראַנצויזיש, דײַטש, פּויליש און רוסיש. אַלפאָנסאַס בוקאָנטאַס וווינט אין ווילנע.


זײַנע לידער-זאַמלונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • Slenkančios kopos,Vilnius, 1967
  • Piešiniai ant vandens,Vilnius, 1972
  • Mėnulio takas, Vilnius, 1977
  • Penktas metų laikas,Vilnius, 1997
  • Vilnius – Lietuvos Jeruzalė, Vilnius, 1997
  • Pirštų atspaudai,Vilnius, 2011


אין איבערזעצונג אויף רוסיש[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • Пока летит стрела, Москва, 1990


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]