אלעקסאנדער בעלויסאוו

פֿון װיקיפּעדיע

אלעקסאנדער בעלאָוסאָוו (רוסיש: Александр Белоусов; ‏ 24סטן מײַ 1948 - 27סטן יאַנואר 2004) איז געווען אַ ייִדיש-שפראכיקער דיכטער, אַ רוס לויט דער אָפּשטאַמונג.


ער איז געבוירן געוואָרן דעם 24סטן מײַ 1948 אין דער רוסישער שטאָט קוּיבישעוו (איצט – סאַמאַראַ) אין אַן אינטעליגענטער ניט-ייִדישער משפּחה. דערצויגן האָבן אים זיידע-באָבע. זײַן זיידע, זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר האָט גערטעדט מיט אים פּויליש און ענגליש. פון אים האָט אלעקסאנדער געירשנט פעיִקייטן צו שפּראַכן. די ליבע צו פּאָעזיע האָט ער געירשנט פון דער באָבען. זי האָט אים געלייענט לידער פון די גרעסטע רוסישע פּאָעטן. צו צוועלף יאָר האָט אלעקסאנדער זיך באַקענט מיט תנ"ך אין דער רוסישער איבערזעצונג. ער איז אַזוי נתפּעל געוואָרן פון דעם ספר, אז ער האָט באַשלאָסן אויסלערנען די שפּראַך פון דעם אָריגינאַל – העברעיִש. דער גורל האָט געשיקט דעם יונגן רוס אַ ייִד אַ למדן רב דוד לאָקשין. מיט זײַן הילף האָט אלעקסאנדער געלערנט לשון-קודש, בײַ אים אין שטוב האָט ער געהערט ייִדיש. ער האָט זיך ממש פאַרליבט אין דער שפּראַך און זי אויסגעלערנט. דאַן האָט ער זיך באַקענט מיט לידער פון שמואל האַלקין און אָנגעהויבן אַליין שרײַבן לידער אויף ייִדיש. אין 1969 האָט ער דעביוטירט מיט זײַנע לידער אויף די שפּאַלטן פונעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". זײַנע לידער זײַנען געוואָרן אַ סענסאַציע אויך אויסער די גרענעצן פונעם ראַטנפאַרבאַנד. אייניקע פון זיי זײַנען איבערגעדרוקט געוואָרן אין ישראלדיקע פּעריִאָדישע אויסגאַבעס. זייער הויך האָט אלעקסאנדער בעלאָוסאָווס לידער אָפּגעשאַצט דער גרויסער ישראלדיקער העברעיִשער דיכטער אברהם שליאָנסקי.

אלעקסאנדער בעלאָוסאָוו האָט פאַרענדיקט אַ פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אין קוּיבישעוו און געאַרבעט אַלס טעכנישער איבערזעצער פון אייראָפּעיִשע שפּראַכן אין רוסיש. איינצײַטיק האָט ער געשריבן לידער אויף ייִדיש און זיך געדרוקט אין "סאָוועטיש היימלאַנד". אין סוף 1980ער יאָרן האָט אלעקסאנדער בעלאָוסאָוו אָנטיילגענומען אינעם שאַפן אַ ייִדישע קולטור-זעזעלשאַפט אין זײַן היימשטאָט. אַ געוויסע צײַט איז ער געווען אַן עברית-לערער. אין 1990 איז דער דיכטער עולה געווען קיין ישראל (זײַן ווײַב איז געווען אַ ייִדישע) און זיך באַזעצט אין מעלה-אדומים. אין ישראל האָט ער געאַרבעט אויף פאַרשיידענע אַרבעטן, געווען אויך אַרבעטסלאָס. אויך אין ישראל האָט ער פאָרגעזעצט שרײַבן לידער אויף ייִדיש און פאַרעפנטלעכט זיי אן "ירושלימער אַלמאַנאַך", "אינעם תל-אָביבער אַלמאַנאַך "נײַע וועגן" און אין ניו-יאָרקער "פאָרווערטס". פאַר זײַן דיכטונג איז אלעקסאנדער בעלאָוסאָוו באַלוינט געוואָרן מיט דוד האָפשטיין פּרייז פאַרן יאָר תשנ"ח.

ער איז געשטאָרבן דעם 27 יאַנואר 2004 אין ירושלים. זײַן ערשט בוך איז גערשינען נאָך זײַן טויט.


זײַן לידער-זאַמלונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אלכסנדר בעלאָוסאָוו, די ווינטערדיקע מונרה, ירושלים, תשס"ו – 2006


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

Белоусов, Александр Александровичru: