לדלג לתוכן

אלגן

פֿון װיקיפּעדיע

 

קאָדיום אַלגע אויף רעאוניאן אינזל.

אַלגן (Algae; איינצאָל: Alga) זענען אַ פאָליפֿילעטישע גרופע פון אָרגאַניזמען, מערסטנס אייקאַריאטן, וואס פֿירן פאָטאָסינטעז. אַלגן האָבן נישט קיין וואָרצלען און זענען אַנדערש פון געוויינטלעכע וואַסער־פֿלאַנצן אין זייער אופֿן פון רעפראדוקציע. רובֿ לעבן אונטער וואַסער און אין אַנדערע פֿייכטע ערטער. עס איז נישטאָ קיין איינגעשטימטע דעפֿיניציע וואָס באַגרענעצט קלאָר די גרופּע פון אַלגן, און געוויסע אָרגאַניזמען קענען געהערן צו איר לויט איין דעפֿיניציע און נישט פֿון איר לויט אַן אַנדערער.