איגנאץ גאלדציהער
אויסזען
| געבורט |
22 יוני 1850 אונגארן |
|---|---|
| טויט |
13 נאוועמבער 1921 (אלט 71) בודאפעשט |
| מדינה |
אונגארן |
| אונטערשריפט |
|
איגנאַץ גאָלדציהער (1850-1921) איז געווען א יידישער געלערנטער אָריענטאָליסט אין אונגאַרן. זיינע ווערק (אַמייסטן אין דייטש) איבער דעם איסלאם, געהערן צו די פונדאַמענטאַלע ביכער אין דאָזיקן געביט.
ער האָט אויך פאַרעפנטלעכט אָפּהאַנדלונגען איבער דעם תרגום ירושלמי, איבער דעם מיטאָס ביי די אֵלטע העברעער, יידישע מנהגים אין די מאַכמעדאניש-רעליגיעזע ביכער, דער יידישער פּאָעזיע אין מיטלאַלטער און פיל אַנדערע. זיין באַדייטונג פאַר איר באַצוג צו דער אַראַבישער פּאָעזיעדער יידישער װיסנשאַפט איז גרויס.
קוואַלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „ביכלער, אדאלף” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949) פון שמחה פיעטרושקא, וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.