לדלג לתוכן

אטעמונג

פֿון װיקיפּעדיע

אין פיזיאָלאָגיע, איז אָטעמונג אַ ביאלאגישער פראצעס וואָס דערמעגליכט די טראַנספארטאציע פֿון זויערשטאף פון דער דרויסנדיגער סביבה צו קערפער־געוועבן און דאס אַוועקנעמען קוילן זייערס פון אַן ארגאַניזם, ניצנדיק אַן אָטעמען־סיסטעם.[1]

דאַס וועקסלן פון די גאַזן אין די לונגען קומט פֿאר דורך אָטעמען און פערפֿוזיע.[1] אָטעמען באַדייט די אַרייַן-און-אַרויס באַוועגונג פון לופט פון די לונגען, און פערפֿוזיע באַדייט איז די צירקולאַציע פֿון בלוט אין די לונגען־אָדערלעך.[1] אין זויגערס, איז פֿיזיאלאגישע אטעמונג פֿארבונדן מיט אָטעמען־ציקלען איינאָטעמען און אויסאָטעמען. איינאָטעמען איז געווענלעך אַ טעטיקע באַוועגונג וואָס ברענגט אריין לופֿט אין די לונגען וואו דער פּראָצעס פון גאַזן־וועקסלן פאַסירט צווישן דער לופֿט אין די אַלוועאלן און דעם בלוט אין די לונגען־אָדערלעך. אויסאָטעמען איז אבער,א פאַסיווער פּראָצעס, כאָטש עס זענען פילע אויסנאַמען: ביים גענערירן איבערדריקונג (רעדן, זינגען, ברומען, לאַכן, בלאָזן, שנארכצן, ניסן, הוסטן); אויסאָטעמען אונטער וואַסער (שווימען, זיך אונטערטונקען); אין הויכע ניוואען פון פֿיזיאלאגישע אנשטרענגען (לויפֿן, קלעטערן, וואַרפֿן) וואו אַ גיכער גאַז וועקסל איז נייטיק; אָדער אין טייל פֿארעמען פֿון אָטעם-קאָנטראָלירט מעדיטאַציע. רעדן און זינגען ביי מענטשן פֿאדערט אַ כסדר׳דיקן אָטעם־קאָנטראָל וואָס רוב זויגעקס זענען נישט ביכולת דורכצופֿירן.

  1. 1 2 3 Hinic-Frlog, Sanja (2019). Introductory Animal Physiology. University of Toronto Mississauga: Pressbooks (CC BY 4.0), 40–59.