אורסולא פון דער לייען
| געבורט |
8 אקטאבער 1958 (אלט 67) בעלגיע |
|---|---|
| מדינה |
דייטשלאנד |
| דינאסטיע | |
|
| |
| חתימה |
|

אורסולא גערטרוד פון דער לײען (דייטש: Ursula Gertrud von der Leyen – געב׳ אלברעכט Albrecht דעם 8טן אָקטאָבער 1958) איז א דײטשע פּאָליטיקערין און דאָקטאָרין, וואָס דינט זינט 2019 ווי פאָרזיצערין פון דער אייראָפּעישער קאָמיסיע (די עקסעקוטיווע פונעם איי־פֿ). זי האָט געדינט אין דער דײטשישער בונדסרעגירונג צווישן 2005 און 2019, אין פארשיידענע פּאָסטן אין קאנצלערין אנגעלאַ מערקל׳ס קאבינעט, באזונדערש ווי בונדסמיניסטערין פון דער פארטיידיקונג. זי איז א מיטגליד פון דער צענטער־רעכטער ״קריסטלעך־דעמאָקראטישע אוניע״ (Christlich Demokratische Union, CDU), לויט ווי די ״אייראָפּעישע פאָלקספּארטיי״ (European People’s Party, EPP). אין מערץ 2024 האָט די EPP זי אויסקליבן אז איר שפּיצקאנדידאטקע צו פירן די קאמפּאניע פאר די קומעדיקע אייראָפּעוואלן. אין יולי 2024 איז זי ווידערגעוועלט אז פאָרזיצערין פון דער קאָמיסיע.