אוראל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

אוראַל (רוסיש: Уральские горы) אדער דאס אוראַל־געבערג איז א בארג־קייט וואס ליגט צפון-דרום, און צעטיילט רוסלאנד אין מזרח און מערב טיילן. דער מזרח טייל פון רוסלאנד איז אין אזיע און דער מערב טייל אין אייראפע.

די אוראל בארג־קייט ציט זיך 2,500 ק"מ פון די סטעפן ביים צפון גרענעץ פון קאזאכסטאן ביז די בארטנס פונעם ארקטישן אקעאן. דער אינזל נאוואיע זעמליע איז א פֿארזעצונג פון דער בארג־קייט. דער העכסטער שפיץ אין דער קייט איז דער בארג נאראדע (פּאזנור, 1,895 מ'). נאטורלעכע עראזיע האט אויפגעדעקט א רייכקייט פון מינעראלן אין די אוראל, צווישן זיי אויך איידלשטיינער ווי טאפאז און שמאראק. די קאמי בתולה־וועלדער אין צפון אוראל זענען אנערקענט פון א וועלט ירושה ארט.

געאגראפן טיילן די אוראל אין פינף טיילן: די דרומדיקע, צענטראלע, צפונדיקע, אונטער-ארקטישע און ארקטישע אוראל.