לדלג לתוכן

אברהם צבי הלוי בעק

פֿון װיקיפּעדיע

הרב אברהם צבי הלוי בעק נפ׳ תמוז ה׳תשע״ח. פארפאסער פון ספר ויצב אברהם איז באקאנט אלס אויסטראליער רב, זייענדיג דער רב פון קהל עדת ישראל מעלבוירן אויסטראליע פאר העכער דרייסיג יאר.

בעפאר איז ער געוועזן רב אין מאנטעווידעא אורוגוויי איבערנעמדיג די פאזיציע פון הרב אברהם לייטנער וועלכער האט זיך געהאט אוועקגעצויגן פון דארטן.

נאכן קריג געלערנט קודם אין ישיבה וואס שפראנערער רב האט אויפגעשטעלט אין בודאפעשט תיכף נאכן קריג.

שפעטער איז ער אנגעקומען קיין רוים איטאליע ווי ער האט געלערנט אין ישיבת מאור הגולה וועלכע איז געווען אויפגעשטעלט הרב יצחק אייזיק מאשקאוויטש אינאיינעם הרב אפרים אשרי מיט הרב מאשוקאבסקי.

פון דארט איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און אריין לערנען אין וויזניצער ישיבה ווי ער איז געבליבן א וויזניצער חסיד דורכאויס זיין לעבן


  • הרב משה בער בעק.
  • שוואגער אלקנה אוויטש לאנגיעריגער משגיח אין וויזניצער ישיבה אין בני ברק