אברהם גראדזינסקי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אברהם גראדזשינסקי)
הרב אברהם גראדזינסקי
קיין פריי בילד
געבורט 1883
ה'תרמ"ד
ווארשע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1944 (אלט 61 בערך)
כ"ט תמוז ה'תש"ד
קאוונע, ליטע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב אברהם גראדזינסקי (ה'תרמ"ד - כ"ט תמוז ה'תש"ד ; ‏ 1884 - 13טן יולי 1944) איז געווען דער משגיח פון דער כנסת ישראל ישיבה אין סלאבאדקע, ליטא.[1]. אין די לעצטע יארן פארן חורבן אייראפע איז הרב גראדזינסקי געווארן ראש ישיבה. ער איז דערמארדעט געווארן דורך די נאציס.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב אברהם איז געבוירן געווארן אין ווארשע צו זיין פאטער רב יצחק. ביי די 17 יאר איז ער געפארן צו גיין לערנען אין דער ישיבה אין סלאבאדקע (היינט א פארשטאט פון קאוונע), און ער איז געווארן א תלמיד פון רבי נתן צבי פינקל, דער "אלטער פון סלאבאדקע". ביי די 21 יאר האט דער ראש ישיבה אים געקליבן צוזאם מיט נאך דריי בחורים איינצופירן די שיטה פון מוסר אין דער טעלזער ישיבה. נאך דער הצלחה פון דער מיסיע איז ער צוריק אין סלאבאדקע ווען ער געווען אלט 24 יאר און מען האט אים אריינגענומען אין דער הנהלה פון דער ישיבה.

ביי דער ערשטער וועלט מלחמה האט די ישיבה געוואנדערט פון ארט צו ארט. אין יענער תקופה האט הרב גראדזינסקי זיך אויסגעוויזן פאר א מנהיג און א מחנך וואס איז עמפינדלעך צו יענעמס פיין. נאך א קורצן וויזיט אין ארץ ישראל און אין דער חברונער ישיבה וואס איז געגרינדעט געווארן אין תרפ"ה דורך א גרופע סלאבאדקער בחורים, איז ער צוריקגעפארן אין סלאבאדקע, און פון תרפ"ז האט ער געדינט אין דעם אמט פון ראש הישיבה און מנהל הרוחני, וויבאלד דער אלטער פון סלאבאדקע און רבי משה מרדכי עפשטיין זענען אריבער צו פירן די ישיבה אין חברון.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

הרב אברהם גראדזינסקי האט געהייראט די טאכטער פון דעם פריערדיקן משגיח אין סלאבאדקע, הרב דוב הירש העלער. (הרב העלערס צווייטע טאכטער, איטה עטיל, האט חתונה געהאט מיט הרב יעקב קאמינעצקי.)

זייער קינדער זענען:

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. די ישיבה האט זיך געשפאלטן פון דער אריגינעלער סלאבאדקער ישיבה צוליב א מחלוקת וועגן איינפירן מוסר אין דער ישיבה. די מוסרניקעס האבן געגרינדעט די ישיבה "כנסת ישראל" אויפן נאמען פון רבי ישראל סאלאנטער אין אן אנדער בית מדרש, און די אלטע ישיבה האט געהאט א נאמען "כנסת בית יצחק" אויפן נאמען פונעם קאוונער רב, הרב יצחק אלחנן ספעקטאר, וואס זיין זון הרב צבי ראבינאוויטש איז געווען פון די קעגנער צו דער שיטה פון מוסר, אונטער דעם ראש ישיבה רבי ברוך בער לייבאוויץ.