לדלג לתוכן

אברהם בער גאטלאבער

פֿון װיקיפּעדיע
אברהם בער גאטלאבער
געבורט 14 יאנואר 1811
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 12 אפריל 1899 (אלט 88)
ביאליסטאק, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך שרייבער, איבערזעצער, זשורנאליסט, דראמאטורג, דיכטער, לערער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אברהם בער גאָטלאָבער (1811-1899) איז געווען א העברעאישער און יידישער שריפטשטעלער. ער איז באַקאַנט אויך אַלס "אב"ג." ער איז געווען צווישן די ערשטע משכילים אין אוקראינע.

אברהם בער גאטלאבער האט רעדאַגירט דעם "הבוקר אור" און האט געשריבן לידער און אויך האט מחבר געווען אַ ריי ביכער: "פּרחי האביב," "הנצנים," "כל שירי מהלאל," "בקורת לתולדות הקראים" (ווילנע 1865, אַ וויכטיקע אַרבעט איבער די קאַראַאימער), "תולדות הקבלה והחסידות"' (ווילנע 1869, ווערטפולע ידיעות וועגן אַמאָליקע רביים).

גאָטלאָבער האט איבערגעזעצט אויף העברעאיש מענדלסאָנס "ירושלים" און לעסינגס "נתן החכם." אין יידיש האט ער געשריבן "דאָס ליד פון קוגל" (פּאַראָדיע לויט פרידריך שילערס "די גלאָקע." ער האט אויך געשריבן "דער גלגול", "זכרונות וועגן יידישע שרייבער", און אַנדערע ווערק.