אבי בערקאוויץ

פֿון װיקיפּעדיע
אבי בערקאוויץ
Avi Berkowitz
געבורט 4 נאוועמבער 1988 (אלט 35) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג

אדוואקאט

ֿ
פארטיי רעפובליקאנער
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אברהם ( "אַבֿי") בערקאָוויץ (ענגליש: Avrahm (“Avi”) Berkowitz ; געבוירן דעם 4טן נאוועמבער 1988) איז א יידיש־אמעריקאנער אַדוואָקאַט און פּאָליטישער עצה־געבער, וואס דינט היינט ווי וויצע־אַסיסטאַנט צום פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן און אדווייזער צום עלטערן אַדווייזער אינעם ווייסן הויז פון פּרעזידענט דאָנאַלד טראַמפּ. עס זעט אויס אז ער וועט איבערנעמען רובֿ פון דעם אויטאָריטעט אין דער אַדמיניסטראַציע פון דזשייסן גרינבלאט, וואס האט מודיע אַז ער וועט זיך באַלד אפזאגן זיין אמט.[1]

בילדונג און אנהייב קאַריערע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בערקאָוויץ איז אויפֿגעוואַקסן אין לאָרענס, אַ שטעטל אין לאָנג איילאַנד. ער האָט געלערנט אין דער לאקאלער יידישער שולע און אין פאר ראקאוויי ישיבה. דערנאָך האָט ער געלערנט אין דער קול תורה ישיבה אין ירושלים.[1]

אין יאר 2009 האט ער זיך צוריקגעצויגן אין די פארייניקטע שטאטן און זיך איינגעשריבן צו גיין לערנען אין נר ישראל אין באלטימאָר. ענדלעך איז ער אריבער צו קווינס קאָלעדזש, וואו ער האט געמאכט זיין ערשטן דיפלאם.[1] דערנאָך האט ער געלערנט אין דער געזעץ שולע אין האַרוואַרד אוניווערסיטעט .

נאָך זיין גראַדואירן פון הארווארד געזעצן שולע[2] האט ער געארבעט פֿאַר טראַמפּ׳ס קאמפיין ביי די 2016 פּרעזידענט־וואַלן אין די פאראייניגטע שטאטן.[1]

השפעה אויף פּאָליטיק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מיטל מזרח שלום פּלאַן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 2019, האבן די עצה־געבערס אינעם ווייסן הויז, דזשערעד קושנער און דזשייסן גרינבלאט, געענדיקט שרייבן דעם שלום פּלאַן פֿאַרן מיטל מזרח (דאס „געשעפט פונעם יארהונדערט“). אין דעם ווייסן הויז מאַנשאַפֿט האבן זיי געהאלטן עס פאר אַ סוד, וואס בלויז פיר מענטשן האבן געהאט א צוטריט צו אים; איינער פון די פיר איז געווען אבי בערקאָוויץ.[3] אין פעברואר 2019, האט בערקאָוויץ געפלויגן מיט קושנער צו זעקס לענדער (אָמאַן, באַכריין, קאַטאַר, די פא״ע, טערקיי און סאַודי אַראַביע) מיטן ציל צו פראמאווירן דעם פּראָגראַם.[4]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. a b c d Relman, Eliza. Jared Kushner's 28-year-old protégé is his right-hand man in the White House. דערגרייכט דעם 2019-06-24.
  2. "Trump TV Mastermind Avi Berkowitz Tapped as Assistant to Jared Kushner". דערגרייכט דעם 2019-06-24. 
  3. "In leaky White House, Trump team keeps Middle East peace plan secret" (אויף en). דערגרייכט דעם 2019-06-24. 
  4. Nast, Condé. Jared Kushner Is Preparing for Another Face-to-Face Meeting with M.B.S. (en). דערגרייכט דעם 2019-06-24.