לדלג לתוכן

אַמבאַ

פֿון װיקיפּעדיע
אַמבאַ

אַמבּאַ ( אויף אַראַביש: عمبة ) איז מאכל פֿון איַינגעלייגטע מאַנגאָ, בּאָקסהאָרן, ציטרישע אַסיד, זאַלץ און זאַפֿרען.

אַמבאַ איז געוויינלעך געמאַכט פֿון אומריַיפֿע מאַנגאָ (גרין און האַרט)

דער שטאַם פֿון דעם מאכל איז אין דער דרומדיקער אינדישער קיך, און אַזוינס זיַין נאָמען.

פֿון דער אינדישער קיך, אַמבאַ איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן צו דער איראַקישער קיך דורך סוחרים.

מען פֿלעגט אַ מאָל פֿאַרוואַסערן די אַמבאַ, די דאָזיקע ווערסיע איז באַקאַנט אין ארץ ישראל אַלס אַ סאָוּס אין שאַוואַרמע, פֿאַלאַפֿעל און סאַביח געשטעלן, און געוויינלעך און שטיקלעך פֿונעם מאַנגאָ.

אַמבאַ האָט אַ באָזונדערן ריח. מע קען שמעקן דעם ריח פֿון אַמבאַ דורך יענעמס שוויץ, אַפֿילו עטלעכע טעג נאָכן עסן.

דער מקור פֿונעם נאָמען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער שטאַם פֿונעם נאָמען איז פֿון סאַנסקריט आम्र, וואָס דער אַרויסרעד איז געווען āmra, וואָס מיינט "מאַנגאָ"