שניאור קאטלער

פֿון װיקיפּעדיע
הרב שניאור קאטלער
קיין פריי בילד
געבורט 1918
ה'תרע"ח
סלוצק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 24 יוני 1982 (אלט 64 בערך)
ג' תמוז ה'תשמ"ב
באסטאן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט
טעטיקייט ארט לייקוואוד, ניו זשערסי, פאראייניגטע שטאטן
באלאנג ליטוויש חרדיש
באשעפטיגונג ראש ישיבה פון בית מדרש גבוה לייקוואוד
אמטן חבר מועצת גדולי התורה פון אמעריקע, נשיא מכון משנת רבי אהרן
זיינע רביס הרב אהרן קאטלער
הרב יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק
רבי איסר זלמן מעלצער
חיבורים נועם שי"ח
ש"יח ערב
פאטער אהרן קאטלער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
צאצאים אריה מלכיאל קאטלער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב יוסף חיים שניאור קאטלער (ה'תרע"ח, 1918 - ג' תמוז ה'תשמ"ב, 1982) איז געווען ראש ישיבה אין לייקוואוד, ניו זשערסי פון תשכ"ב ביז תשמ"ב.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שניאור קאטלער איז געבוירן געווארן אין סלוצק, ליטע, אין תרע"ח, צו זיין פאטער הרב אהרן קאטלער און זיין מוטער חנה פערל, א טאכטער פון הרב איסר זלמן מעלצער, שטאטס רב און ראש ישיבה. זיין פאטער איז געווען א מגיד שיעור אין דער בישיבה.

ווען ער איז געווען אלט 23 איז ער געווארן א חתן אין קאוונע צו רישל, טאכטער פון הרב אריה מלכיאל פרידמאן. צוליב דער מלחמה וואס איז דעמאלסט אויסגעבראכן איז ער אנטלאפן פון ליטע קיין ארץ ישראל, צו לערנען אין דער חברונער ישיבה. ער איז געבליבן זיבן יאר אין ארץ ישראל. אין יענע יארן האט ער געלערנט מיט זיין זיידן, הרב איסר זלמן מעלצער, וואס איז געווען ראש ישיבה פון דער עץ חיים ישיבה אין ירושלים, און מיטן בריסקער רב. זיין כלה רישל איז אנגעקומען אין שאנכיי. ווען די פליטים אין שאנכיי האבן באקומען וויזעס פאר די פאראייניגטע שטאטן, איז אויך רישל אנגעקומען דארט, וואו זיי האבן חתונה געהאט.

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי שניאור און זיין ווייב רישל (תרפ"ג - ב' אב תשע"ה)‏[1] האבן געהאט אכט קינדער:

  • רבי אריה מלכיאל קאטלער, ראש ישיבה אין בית מדרש גבוה
  • רבי אהרן קאטלער, מנהל פון בית מדרש גבוה
  • רבי שרגא קאטלער, פון דער הנהלה פון בית מדרש גבוה
  • רבי איסר זלמן קאטלער
  • מרת שרה יהודית, ווייב פון רבי דוד שוסטאל, ראש ישיבה אין בית מדרש גבוה
  • מרת בתשבע קרופעניע
  • מרת אסתר רייך
  • מרת ביילא הינדא ריבנער

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]