עדווארד גריג

פֿון װיקיפּעדיע
עדווארד גריג
Edvard Hagerup Grieg
געבורט 15 יוני 1843 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 4 סעפטעמבער 1907 (אלט 64)
נארוועגיע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה נארוועגיע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

עדװאַרד האַגערופּ גריג (נארוועגיש: Edvard Hagerup Grieg;‏ 15טן יוני 1843 - 4טן סעפטעמבער 1907) איז געווען א נארוועגישער קאמפאזיטאר פונעם ראמאנטישן פעריאד און א פיאניסט. גריג איז בארימט פאר זיין ווערק "פער גינט".

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גריג איז געבוירן געווארן אין בערגען, נארוועגיע, דעם 15טן יוני 1843, צו אלעקסאנדער גריג, א סוחר, און יהודית האגערופ. גריג האט אנגעהויבן צו לערנען מוזיק אינעם עלטער פון 6 יאר. ווען גריג איז געווען 15, איז ער אנגעקומען אין דער לייפציגער קאנסערוואטאריע. גריג האט זייער ליב געהאט צו לערנען מוזיק. אין 1863, איז גריג אריבערגעפארן קיין קאפנהאגן. דארטן האט ער זיך דערקענט מיט ריקאַרד נאָרדראַאַקן. נאכן פריצייטיקן טויט פון זיין פריינד האט גריג אויסקאמפאנירט זיין בארימטן "לוויהדיקן מארש".

אין 1867 האט גריג חתונה געהאט מיט נינא האגערופן, זיין קוזינע. א יאר שפעטער, איז זייער איינציקע קינד געבוירן געווארן, אלעקסאנדרא, וואס איז אבער אומגעקומען צוויי יאר שפעטער.

אין 1874-1876 האט גריג קאמפאנירט "פער גינט", זיין בארימטסטע מוזיק יצירה.

עדווארד גריג איז געשטארבן אין 1907.

בארימטע מוזיקאלישע שאפונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

גריג איז בארימט פאר "פער גינט" און דעם "לוויהדיקן מארש", אבער ער האט אויך קאמפאנירט א פידל סאנאטע.

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: עדווארד גריג