חיים וואלאזשינער

פֿון װיקיפּעדיע
חיים וואלאזשינער
געבורט 24 מאי 1749
וואלאזשין, פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 14 יוני 1821 (אלט 72)
וואלאזשין, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פילאסאף, טעאלאג, רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי חיים וואלאזשינער (ז' סיון ה'תק"ט - י"ד סיון ה'תקפ"ט) איז געווען דער הויפט תלמיד פון דעם ווילנער גאון, און האט אויפגעשטעלט די "מוטער ישיבה" אין וואלאזשין (היינט בעלארוס).

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי חיים איז געבוירן געווארן ז' סיון תק"ט צו זיין פאטער ר' יצחק בן חיים, פרנס אין דער וואלאזשינער קהילה, און צו זיין מוטער רבקה, א טאכטער פון רבי יוסף ראפאפארט. ער האט געלערנט תורה ביי רבי רפאל הכהן האמבורגער (מחבר פון "תורת יקותיאל"), דער מינסקער רב, און ביי רבי אריה לייב, דער "שאגת אריה", בשעת ער איז געווען רב אין וואלאזשין.

ווען ער איז געווען אלט ניינצן יאר איז ער געווארן מקורב צום ווילנער גאון ביז ער איז געווארן זיין תלמיד מובהק.

אין תקל"ד האט מען אים אויפגענומען ווי שטאטס-רב אין וואלאזשין. נאך פופצן יאר, אין תקמ"ט, איז ער אריבער צו ווערן רב אין ווילקאמיר, אבער ער איז געבליבן דארט נאר איין יאר.

רבי משולם דוד סאלאווייטשיק דערציילט אין נאמען פון זיין פאטער דעם בריסקער רב:‏[1]

אינעם שטעטל וואלאזשין ווען עס פלעג שנייען, האט עס געשנייט א לאנגע צייט ביז אלע וועגן זענען געווען פארדעקט. די ישיבה בחורים האבן באמערקט אז יעדע מאל וואס עס איז געפאלן א שווערער שניי, און אלע וועגן פונעם שטעטעלע זענען געווען פארמאכט צוליבן הויכן שניי, איז אבער דער וועג וואס האט געפירט צו דער ישיבה געווען ריין און לייכט צו גיין.
ווען מען האט נאכגעפארשט וועגן דעם, און אויפגעשטאנען פרי צו דערגיין וואס קומט פאר דא, האט מען געזען ווי רבי חיים וואלאזשינער איז אויפגעשטאנען פארטאגס און האט אליין געארבעט אוועקצוקערן דעם שניי וואס האט זיך פארזאמלט.

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • נפש החיים

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. אהרן פערלאוו אין דער אידישע טריבונע, 2074, י"ד סיון תשע"א, אין נאמען פון הרב שמעון יוסף מעלער