וואשקו דא גאמא

פֿון װיקיפּעדיע
וואשקו דא גאמא
Vasco da Gama
געבורט 1469
קעניגרייך פון פארטוגאל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 24 דעצעמבער 1524 (אלט 55 בערך)
Q150056 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה קעניגרייך פון פארטוגאל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
וואשקו דא גאמא

וואַשקו דאַ גאַמאַ (פארטוגעזיש: Vasco da Gama[ˈvaʃku ðɐ ˈɣɐmɐ]; בערך 1460 אדער 1469 – 24סטן דעצעמבער 1524), איז געווען א פארטוגעזישער אויספארשער, איינער פון די מערסטע דערפאלגרייכע אין זיינע צייטן און דער קאמאנדאנט פון די ערשטע שיפן וואס זענען געפארן גלייך פון אייראפע אין אינדיע.

דא גאמא איז געווען דער ערשטער אייראפעישער וואס האט דערגרייכט אינדיע דורכן ים. צוליב דעם האט פארטוגאל באוויזן אויפצושטעלן א לאנגיעריקע קאלאנישע אימפעריע אין אזיע.

דער מלך פון פארטוגאל, מאנועל דער ערשטער האט געשיקט דא גאמא אין 1497 מיטן ציל צו גרינדן א האנדלוועג דורכן ים פון פארטוגאל אינעם ווייטן מזרח.

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דא גאמא איז געבוירן געווארן אין א מיוחדיקער משפחה אין סינש, אין דרום פארטוגאל. זיין פאטער איז געווען דער הערשער פון דער שטאט. זיין מוטער איז געווען פון א בריטישער אפשטאמונג.

די ערשטע רייזע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די ערשטע רייזע האט פארלאזט דעם פארט פון ליסבאן דעם 8טן יולי 1497, מיט פיר שיפן.