בערי גאלדוואטער

פֿון װיקיפּעדיע
בערי גאלדוואטער
Barry Goldwater
געבורט 2 יאנואר 1909
פיניקס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 29 מאי 1998 (אלט 89)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פאליטיקער, אפיציער, פאטאגראף, סוחר, פילאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
בערי גאלדוואטער

בערי מאריס גאלדוואטער (2טן יאנואר, 1909 - 29סטן מאי, 1998) איז געווען אן אמעריקאנער פאליטיקער. ער איז געווען דער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר פרעזידענט אין די 1964 וואלן. אויכעט איז ער געווען סענאטאר פון אריזאנע פאר פינף טערמינען.

ביי די 1964 רעפובליקאנער פריימעריס האט ער געפירט א שווערע און שטעכיגע פארמעסט קעגן דעם מעסיגן קאנדידאט נעלסאן ראקעפעלאר. וואס אנאליטיקער זאגן אז דאס האט אפגעשוואכט זיינע שאנסן צו זיגן און די אלגעמיינע וואלן קעגן לינדען דשאנסאן.

ווי אויך ווערט ער געזעהן ווי דער פאטער פון דער קאנסערוואטיווער באוועגונג אינערהאלב דער רעפובליקאנער פארטיי, וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט איבערצונעמען דארטן די מאכט מיט'ן ערוויילונג פונעם פאלקס באליבטן פרעזידענט ראנאלד רייגען.