Windows Sidebar

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Windows Sidebar

Windows Sidebar (ניט אָפֿיציעלער טײַטש: Windows־זײַט־פּאַס) איז אַן אַײַנגעבױטע פראגראם אין Windows אפערירן סיסטעמען זײַט Windows Vista וואס פאראנקערט א זײַטפּאַס אױף דער עקראנארט (Desktop). דאָס פּראָגראַם דערלױבט אָפּערירן און אינסטאַלירן פֿאַרשײדענע װינדאָז־המצאות (װאָס זײַנען באַקאַנט װי גאדזשעטן (Gadgets)) װעלכע זײנען גראדע אױף דער Windows Sidebar אָדער אפגעטײלט פֿון אים.

די Windows Sidebar קען דורכפירן פארשײדענע אױפגאבעס, װי ארױסװײַזן א זײגער אדער דעם פראצעסאר באניץ. די המצאה פראגראם איז באזירט אויף HTML און אנדערע סקריפט קאדן, אזױ קען יעדער בױען אײגענע המצאות. דאָך, Windows Vista קומט מיט מיט עלף אײַנגעבױטע המצאות.

די Windows Sidebar איז איניציִיִרט געװאָרן בערך אינעם יאר 2000 װי אַ טײל פון דער Windows SideShow. אין Windows 7 װעלן מײַקראָסאָפֿט נאָך מער אנטװיקלען די Windows Sidebar, און עס װעט זײן אינטעגרירט מיט דער Internet Explorer און מיט דער Windows Media Center.