V-1 און V-2 ראקעטן
פֿון װיקיפּעדיע
V-1 ראקעטן איז א פילאטלאזע ראקעט וואס די דייטשען האבן אויסגעטראפן, דאס איז געמאכט אזוי אז עס פליעט אליין אהן קיין פילאט, ביז צו א געוויסע פלאץ און לאזט דארט אראפ א באמבע און מאכט אהן א שאדן. נאך די V-1 ראקעטן, האבן די דייטשן אויסגעטראפן די V-2, דאס איז מער פונקטליכער און מאכט מער שאדן.
ביי די צווייטער וועלט קריג ווען די דייטשן האבן געזעהן אז זיי פארלירן דעם קריג, האבן זיי זיך אנגעהויבן באנוצען דערמיט, זיי האבן געשיקט די ראקעטן בעיקר קיין ענגלאנד, וואס האט אהנגעמאכט גרויס שאדן אויף די ענגלישע באפעלקערונג. די ערשטע ראקעט האבן זיי געשאסן סיון ה'תש"ד (12 יוני, 1944). אויך שפעטער אין דעם גאנג ווען די אליאירטע האבן איינגענומען דייטשלאנד זעלבסט האבן זיך די דייטשען באנוצט דערמיט, ווען די ענגלענדער האבן זיך געשלאגן איינצונעמען אנטווערפן און האלאנד האבן די דייטשען באשאסן די פארט שטאט מיט די ראקעטען, אין איין פאל איז באוואסט אז דער v ראקאט איז געפארן אויף א טיאטער הויז אין אנטווערפן, און האט גע'הרג'ט הונדערטער מענטשן. ביי די ענדע פון די מלחמה האבן די דייטשן אויסגעשאסן איבער צען טויזענט V ראקעטן.
ווען די דייטשע גענעראלן האבן געדרוקט אויף היטלער אז דייטשלאנד פארשפילט דעם קריג, האט זיי היטלער געענטפערט אז מען האט שוין די V-1 און V-2 ראקעטן און דאס וועט מאכן אז ענגלאנד וועט זיך מוזן אונטערגעבן אונטער דייטשלאנד, פאקטיש האט עס נישט געהאלפן פאר די דייטשן, און די ענגלענדער האבן ווייטער געקעמפט ביז דער פולער דייטשער קאפיטולאציע.