RapidShare

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רעפידשער
RapidShare logo.jpg
רעפידשער פייל האוסטינג
טייפ: פייל האוסטינג
געגרינדעט: 2002
אנפירער: באבי טשענדש
סלאגאן: די גרינגע וועג צו מיטטטיילן אייערע פיילס
וועבסייט: http://www.rapidshare.com/ און http://rapidshare.de/
שפראך: ענגליש

רעפידשער (RapidShare) איז א טעקע גאסטגעבן סערוויס וועבסייט וואו מען קען ארויפלאדן אויף איר טעקעס פון א פריוואטן קאמפיוטער אויפן אינטערנעט, דער קאמפאני אפערירט פון דער שווייץ און פינאנצירט זיך דורך די איינגעשריבענע באצאלטע מיטגלידער. רעפידשער איז איינער פון די גרעסטע וועלטס טעקע גאסטגעבן וועבסייטס מיט מיליאנען טעקעס אין אירע סערווערס. לויט דער אינטערנעט שטודיע פירמע אלעקסע איז רעפידשער די 12טע אויף דער ליסטע פון מערסט באזוכטע וועבסייטס. Rapidshare.de איז אסאך ווייניגער און האלט ביי די 232סטע אויף דער ליסטע אום אפריל 2008.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפידשער האט צוויי אנדערע וועבסייטס אבער ביידע וועבסייטס דארפן צו זיין פון אנדערע ארגאניזאציס. די ארגינעלע וועבסייט איז RapidShare.de, וועלכע נוצט די דויטשע מערסט גענוצטע דאמעין "de", און די ארגאניזאציע איז באזירט אין טשעם, שווייץ.

אום אוקטובער 2006 האט רעפידשער אנאנסירט אז "ליידער זענען אלע דרייווערס פון RapidShare.de איבערגעפולט אויפן מאמענט". א פרישע וועבסייט RapidShare.com האט זיך אויפגעשטעלט און פראבירט אריבערצוברענגען צו איר דאס באנוץ פון RapidShare.de, ווען די RapidShare.com האט זיך געעפנט, האבן מעמבערס פון די אלטע סייט געקענט נוצן זייער אקאונט אויך אויף די נייע ביז זייער ארגינעלע אקאונט האט עקספייערט. פון די אנדערע זייט האט מען אבער נישט געקענט נוצט קיין אקאונט פון די נייע סייט אויף די אלטע.

אפעראציע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס זייטל ערלויבט באניצער ארויפצולאודען פיילעס ביז 100 מעגא בייט אויף rapidshare.com און ביז 300 מ"ב אויף rapidshare.de, דער באניצער באקומט דאן אן אויסשליסליכער לינק וועלכע ערלויבט יעדעם איינעם, מיט וועם דער באנוצער טיילט מיט דער לינק, אראפצונעמען דעם פייל צו זיין קאמפיוטער. רעפידשער שטעלט נישט צו קיין זוך סיסטעם אויפצוזוכן פיילס אויף זייער סערווער, אבער עס איז פארהאן סורטש ענדזשען ספעציעל געאייגנט אויפצוזוכן אזאלכע פיילס וועלכע ווערן פאבליצירט אויפן גאנצן אינטערנעט.

אויף זייער האום פעידזש שרייבן זיי אז זיי פארמאגן 230 גיגע בייטס פון אינטערנעט קאנעקטיוויטעט, און 4.5 פעטא בייטס פלאץ צו האלטן פיילס.

אומאיינגעשריבענע באנוצער האבן שטארקע באגרענעצונגען מיטן אראפלאודן פיילס, ווי פאלגענד

  • זיי דארפן ווארטן א צוויי דריי מינוט ביז זיי קענען אראפלאדן די טעקע.
  • זיי דארפן אריינלייגן די פארזיכערונגס קאד וואס רעפידשער שטעלט ארויס אויף יעדן אראפלאד באזונדער.
  • זיי דארפן ווארטן צווישן איין אראפלאדונג און דער צווייטער א לאנגע צייט, צומאל אויך אן אנדערטהאלבן שעה, געוואנדן ווי גרויס די טעקע איז.

רעגיסטרירטע באניצער קענען אבער אראפלאדן טעקעס איינס נאכאנאנד זייער שנעל. אבער אויך נישט מער ווי 25000 מעגא בייטן אין א פעריאד פון פינף טעג.

פראבלעמען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

געוויסע אינטערנעט סערוויסן בלאקירן רעפידשער צוליב אומלעגאלע און קאפי רעכט טעקעס וואס מען קען אראפלאדן דארט.

אום יאנואר 2007 האט די דייטשע GEMA אגענטור געווינען א צייטווייליגע סטעי קעגן ביידע סייטס פון רעפידשער צוליבן באנוץ פון קאפירייט פראטעקטעד פיילס אויף רעפידשער, אויף וואס רעפידשער האט צוריקגעשלאגן אז זיי האבן נישט קיין אהנונג וועלכע פיילס פריוואטע מענטשן לייגן ארויף אויף איר סערווער כדי דאס צו קענען קאנטראלירן. צום סוף איז די פסק קלאר געווען אז היות די באניצער זענען די וואס אופלאודען די פיילס און עס האט גארנישט מיט די אנפירער פונעם סייט איז עס פון א לעגאלע קוק ווינקל נישט קיין פראבלעם.

פארזיכערונגס קאד CAPTCHA[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ביז יעצט פלעגן זיי האבן אז מען דארף אריינטייפן אלע אותיות וואס מען האט געזען. אבער אין אפריל 2008 האבן זיי צוגעלייגט א נייע זאך וואס מאכט אסאך שווערער צו קענען אידענטיפיצירן דעם קאוד. עס ווערט ארויסגעלייגט אכט אותיות, פיר מיט א בילד פון א הונט אריינגעלייגט אינדערמיט, און די אנדערע פיר מיט א בילד פון א קאץ, דער באנוצער דארף אידענטיפיצירן די פיר מיט די בילד פונעם קאץ.

מען קען נוצן די נומער 0 אנשטאט די אות O, אדער קאפיטעל אותיות אנשטאט קליינע.

א פרייליכע שטונדע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

צװײ שעה אַ טאָג, לויטן איסטערן סטענדערט טיים, אקטיוויזירט רעפידשער א "פרייליכע שעה" וואס מען דארף נישט דאן אריינלייגן די פארזיכערונגס קאָד, און די אַראָפּלאָדן ראטע איז שנעלער.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]