9/11

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
א בילד ווי די בנינים פון וועלט האנדלונגס צענטער ברענען נאכ'ן ווערן אריינגעקראכט, מיטן סטאטוע פון פרייהייט אין דעם פארגרונד. גענומען פון ליבערטי סטעיט פארק אין ניו דזשערזי.

סעפטעמבער 11 איז דער טאג אין וועלכע אמעריקע האט געליטן איר שוידערליכסטן טעראר אטאקע אין איר היסטאריע. פיר פליגער זענען געווארן פארכאפט דורך אראבישע מוסלמענער טעראריסטן פון דעם אל קאעידא ארגאניזאציע. צוויי פון די פליגער זענען געווארן אריינגעקראכט אין די צוויי וואלקנקראצער פון דעם וועלט האנדלונגס צענטער אין דאונטאון מאנהעטען, אראפברענגענדיג ביידע בנינים ווייניגער ווי צוויי שעה דערנאך. דער דריטער פליגער איז געווארן אריינגעקראכט אין דעם פענטעגאן בנין אין וואשינגטאן, און דער פערטער איז אראפגעברענגט געווארן דורך די פאסאזשירן אין א ליידיגן פעלד אין פענסילוואניע.

קרוב צו דריי טויזנט מענטשן זענען געשטארבען פון דער אטאקע.

9/11 איז נישט בלויז א דאטום. עס איז א באצייכענונג צו די תקופה אין וועלכן מיר לעבן אצינד: טעראר און איסלאמישע פונדעמאנטאליזם. קיין שום לאנד איבער דער וועלט איז היינט נישט באווארענט פון דעם טעראר געפאר.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דעם 11טן סעפטעמבער 2001, 8:46:30 צופרי, האט א קאמערציעלער פליגער אריינגעריסן אינעם צפון טורעם פון די צווילינג טורמעס. מיט קארגע 16 מינוט דערויף האט א צווייטער פליגער אריינגעשאסן אינעם דרום טורעם פון די צווילינג טורעמעס. ביז א 2 שעה דערויף, זענען די 2 העכסטע געביידעס אין מאנהעטן געווען היסטאריע. חורבן און צעשטער, וואס מ'קען זיך אזוינס נישט פארשטעלן. אומברענגענדיג קרוב צו דריי טויזענט מענטשן.

בערך 9:40 יענעם אינדערפרי האט אן אנדערער פליגער אריינגעשאסן אינעם פענטאגאן געביידע.

אן אנדערע פליגער אויפן וועגן צום ווייסן הויז האט אויפריסן אינעם וואלד. קאנספיראטארן זאגן אז דאס האט דאס מיליטער ארינטערגעשאסן. דאס מיליטער לייקענט קאטעגאריש. (זעט טעאריע סעפטעמבער 11)

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]