20/20 זעהקראפט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דער אויסדרוק 20/20 זעהקראפט איז פארמירט געווארן דורך א גרופע דאקטוירים וועלכע האבן נאכ'ן אונטערזוכן צענדליגער טויזנטער פאציענטן זיך פארגליכן אויף א געוויסע גרייס בוכשטאבן וועלכע א נארמאלער מענטש דארף קענען זען קלאר שטייענדיג 20 פיס אוועק פון דעם.


מעסטונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אויב איינער האט א 20/40 זעהקראפט באדייט דאס אז ער זעט אן אביעקט 20 פיס ווייט אזוי קלאר ווי א נארמאלער מענטש וואלט געזען פון 40 פיס ווייט. אויב איינער האט א 20/100 זעהקראפט איז א צייכן אז ער האט גאר שוואכע אויגן און קען זען אן אביעקט וועלכע שטייט 20 פיס ווייט אזויווי א נארמאלער מענשט וואלט געזען ווען ער שטייט 100 פיס ווייט. א 20/200 זעהקראפט איז לעגאל בלינד אין די פאראיייגטע שטאטן.

א 20/20 זעהקראפט איז דורכשניטלעך. עס איז מעגליך צו האבן א בעסערע זעהקראפט פון דעם אויך. איינער וואס האט א 20/10 זעהקראפט קען זען אן אביעקט 20 פיס ווייט אזויווי א נארמאלער מענטש וואלט געזען פון 10 פיס ווייט.

אסאך מענטשן האבן אנדערע זעהקראפט אויף ביידע אויגן און האבן אנדערע נומערן ברילן אויף ביידע זייטן.