װיקיפּעדיע רעדן:קוואליטעט אטאקע

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

כ'וואלט געוואלט מציע זיין אזא זאך אזוי ווי דאס, דאס, און דאס, דאס איז בעיקר א פלאץ ווי מען האט א געמיינזאמע ארבייט אויף א געוויסע ארטיקלן בנוגע א נושא, ווי יעדע וואך בארבייט מען צוזאמען אן ארטיקל. אזוי ארום ווערט די ארטיקל גאר שטארק מושלם.

כ'מיין אזא זאך וואלט אויך געווען געאייניגט דא, ווי מען וועלט אויס ארטיקלן אויף די וואך, איינס פאר א יעדע נושא, למשל: געמייזאמע וועכענטליכע ארטיקל פאר היינטיגע פרעזענליכקייט, געמייזאמע וועכענטליכע ארטיקל פאר אמאליגע פרעזענליכקייט, געמייזאמע וועכענטליכע ארטיקל פאר טעכענעלאגיע, געמייזאמע וועכענטליכע ארטיקל פאר וויסנשאפט, געמייזאמע וועכענטליכע ארטיקל פאר ווערטער. און אזוי ווייטער. וואס זאגן אנדערע צו דעם? --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:34, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

פון די עיקר אויפטוען פון דעם:

  • עס וועט צושלעפן נייע שרייבערס.
  • בעסערע ארטיקלן.
  • גאנצערע ארטיקלן, עס איז היינט דא זייער אסאך האלבע ארטיקלן.
  • געמיינזאמע געמיינדע ארבייט, אזוי ארום וועט אלעס ווערן בעסער דא.

ביטע קאמענטירן. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:36, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

איך בין מסכים. א געוואלדיגער פלאן. איין ארטיקל א וואך. רוני וועט דאס אויסשטעלן פרמיניט אויפן ערשטן בלאט אין א קעסטל געאייגענט צוציען די באזוכער אין ערשטן זייט. געוואלדיג!--יודל 22:39, 17 באוגוסט 2006 (UTC)
דאס איז דאך געוואלדיג, ביסט איינגעלאדנט דאס אנפירן, מיט שרייבן אן הילף בלאט וועגן דעם, און פארשלאגן פונקטליך וואס דו פאדערסט. און דאס מוז נישט זיין נאר אויף רבנים. ►רוני◄ 22:40, 17 באוגוסט 2006 (UTC)
שמאלץ, נוצ די בלאט צו פארשלאגן. ►רוני◄ 22:43, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

וואס איז די בלאט? --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:56, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

אקעי יעצט איז איך זעה אז איעדער האלט מיט, לאמיר זיך רוקען אביסעל ווייטער. וואספארא נושאים? זאל מען ערשט אנפאנגן נאר מיט איין ארטיקל א וואך? אדער זאל מען גלייך לייגע עטליכע נושאים מיט איין ארטיקל פאר א יעדע נושא? --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 22:58, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

לדעתי זאל מען לייגן עטליכע ארטיקלען פאר איין טעמע. ►רוני◄ 23:03, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

רוני, דו מיינסט צו זאגן עטליכע ארטיקלן פאר איין טעמע? אדער עטליכע טעמעס מיט איין ארטיקל פאר א טעמע? לדעתי לוינט נישט צו מאכן עטליכע ארטיקלן פאר איין טעמע נאר עטליכע טעמעס מיט איין ארטיקל פאר א טעמע.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 23:11, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

די בלאט ווייזט דאס אויפן טאפ Candidates for the Election for the Board of Trustees of the Wikimedia Foundation

are being accepted until 23:59 UTC Monday, August 28, 2006. און מען קען דאס בייטן אויף עפעס אנדערש. ►רוני◄ 23:05, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

א דאנק כ'וועל דאס צולייגן ווען די ארטיקל איז פארטיק, אין דערצווישן צייט וואלט איך געוואלט בעטן אלע באנוצער צו ביטע דערוייל נוצען די דעדן בלאט דא פאר די ערשטע ארטיקל וואס מען זאל אויסוועלן ביז קומענדיגע וואך שבת (די 26סטע).--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 23:08, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

אפשר לייגן יעדע וואך די פרשה אדער דאס איז צו ליינגוואליך? ►רוני◄ 23:16, 17 באוגוסט 2006 (UTC)
הגם כ'קען נישט נישט מסכים זיין מיט דיר, אבער די פרשה השבוע קען זיין אויך איינע פון זיי, אבער כ'מיין אז ענדערש א טעמע ווי פרעזענליכקייטן, וויסנשאפט, אד"ג וועט מער צוציען. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 23:19, 17 באוגוסט 2006 (UTC)
וויבאלד דו ביסט דער גרינדער שטעל פאר אן ארטיקל און פרעג נישט קיין קשיות, ווייל מן הסתם וועט דאך יעדער שטעלן אן אנדער ארטיקל, און מען וועט דארפן מאכן וואלן אויף וואלן ואין לדבר סוף. דערפאר מיין איך זאלסט דראדע פארשטעלן אבי אן ארטיקל, און פרעג נאר ווער וויל א טייל נעמען. ►רוני◄ 23:23, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

איך האב געמיינט צו זאגן עטליכע ארטיקלען וואס פארטוט זיך מיט איין נושא. אבער דו זיי מחליט. ►רוני◄ 23:28, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

ניין, איך האלט דאס קען נאר זיין איין ארטיקל פער נושא פאר די באשטימטע צייט. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 23:30, 17 באוגוסט 2006 (UTC)
אקעי. אינדערצווישן צייט ווער קען דאס איבערארבייטן אויף אידיש?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 23:29, 17 באוגוסט 2006 (UTC)
ווארט נישט אויף מיר, ווייל איך פארשטיי נישט קיין ווארט. וואס איז דאס בכלל? ►רוני◄ 23:32, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

כ'וועל פרובירן אבער דערווייל האב איך קיין צייט. דאס איז א צו-טאן ליסטע מוסטער, די הויפט מוסטער האט אויף זיך די אייגענע ענדערן לינק, וואס ברענגט ארויף אן אנדער מוסטער וואס ווערט געטוישט פאר די בלאט. און די אנפאנג איז אלעמאל די זעלבע. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 23:34, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

אפשר דו מיינסט דאס? ►רוני◄ 23:37, 17 באוגוסט 2006 (UTC)
איך מיין אז איך האב דיך פארשטאנען, איך וועל דאס אי"ה טאן. ►רוני◄ 23:39, 17 באוגוסט 2006 (UTC)

ערשטע וואך אנאליז[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קוקענדיג דא בין איך נישט זיכער אז דאס איז געווען א דורכפאל, פארקערט איך האלט אז דאס איז געווען א סוקסעס. נאר די ארטיקל איז געווען א דורכפאל, מען דארף אויפקומען מיט ארטיקלן וואס זענען מער אקטועל, און דאן האלט איך וועט מען קענען בעסער זעהן צו דאס ארבייט אדער נישט. איך בעט דעם עולם ביטע אנטראגן אן ארטיקל. א דאנק. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 04:50, 23 באוגוסט 2006 (UTC)

גערעכט די ארטיקל איז געווען צו פראפעסיאנעל, כדי צו שרייבן אין אזוי אן ארטיקל דארף מען זיך אויסקענען אין די מיטל-עלטער היסטאריע (וואס איך גיי בעז"ה זיך עוסק זיין דערפון). אבער מען קען אפשר לייגן לייכטערע טעמעס, אפילו אזעלכע וואס איז נוגע צו יידישקייט. א דאנק דיר. ►רוני◄ 10:45, 23 באוגוסט 2006 (UTC)

צווייטע וואך אנאליז[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך האלט אז עס געווען אן אבסעלוט סוקסעס. זאל נאר אנהאלטן אויף ווייטער.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 14:52, 1 בספטמבר 2006 (UTC)

טוישן דעם נאמען פון דעם אקציע[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך האב שוין געזאגט פאר אונזער געהערטער מנהל רעבע שמאלץ אז דער נאמען צוזאמענארבייט פאסט זיך צו טוישן אויף א פאסיגערן נאמען, ווייל דאס גאנצער וויקיפעדיע איז א צוזאמענארבייט פראיעקט. איר נאמען דארף ענדערשער ווערן אנגערופן ווי די היברו וויקיפעדיע קוואליטעט אטאקע אדער עפעס אזוי אז די וואך פארלייגט מען זיך צו אטאקירן דעם ארטיקל מיט קוואליטעט.--ברך משה 02:38, 7 בספטמבר 2006 (UTC)

איך בין מסכים, געב נאר א נאמען און מען קען דאס טאן, קוואליטעט אטאקע איז נישט גענוג גוט. כ'מיין עפעס וועס מען נוצט מעהר אין די אידישע שפראך וואלט בעסער געווען. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:08, 7 סעפטעמבער 2006 (UTC)