װיקיפּעדיע רעדן:אידיש אדער יידיש אדער יודיש

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

איך שלאג פאר צו פאראייניגן דאס מיט וויקיפעדיע:ווערטערבוך[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רוב פראבלעמן אז די באנוצער ברויכן א ווערטערבוך איז צוליב די צוויי ווערסיעס אידיש צו יידיש. און פארוואס זאל דאס נישט זיין אין ווערטערבוך די אישו, מיר אנערקענען נישט יידיש און אידיש מער פון יודיש. דאס איז נישט א גוטער קעפל. דער עיקר מעסעדזש פונעם בלאט איז מאכן שלום צווישן דעם אידישיסטישן ליטווישן אידיש מיטן היינטיגען היימישען גערעדטן אידיש איז פארוואס זאל מען דאס נישט פרובירן שליכטן אינעם ווערטערבוך בלאט. סיי ווי סיי איז דא מערערע נישט אזוי פשוטע פארשידעארטיקייטן. מיר דארפן נעמען אויך אין באטראכט נאך פאקטארן אין די פארשידענע שפראכן אידיש עס איז נישט בלויז שווארץ און ווייס, אידישיטען מיט חסידים. לאמיר דאס אריבערפירן דארטן און געהעריג מלבן זיין יעדע נושא באזונדער.--יודל 21:55, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

איך האב געזען אז רוני האט אראפגענומען דעם פאראייניגן מוסטער אן קיין הסבר, איז אלזא געב איך אויף אויף דאס פאראייניגן. אבער איך בעט אים ער זאל אויפקלערן פארוואס נישט, איך ווייס ער איז דער סיסאפ, אבער דער סיסאפ מוז זיך אויך דורכרעדן, דערווייל האב איך דאס באוועגנט צו יודיש אויך צוליב דעם וואס אסאך חברה פון ארץ ישראל שרייבן אזוי. און מיר מוזן זיך מיט זיי אויך רעכענען וו.צ.ב.ש. באנוצער:יודישער שרייבער.--יודל 14:02, 19 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

פארוואס איז דער בלאט געשיצט? --פוילישער 23:55, 20 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

פון וועגן נאכאנאנדיקע וואנדאליזם. יעצט האב איך דאס שוין געעפנט. ►רוני◄ 02:14, 21 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

ש'כות! --פוילישער 07:58, 21 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

שרייבן לשון קודש'דיגע פאנטס האט שייכות מיט דעם ארטיקל?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רוני האט געמעקט מייין צולייג פון דער אידישער וויקיפעדיע איז א פראיעקט פריי און אפען פאר אלע מינע אידיש רעדער דאס צו שרייבן. אבער מיר שרייבן בעיקר די לשון קודש'דיגע פאנטס און נישט לאטיינישע פאנטס. מיטן קורץ ווארט [1] אז עס האט נישט שייכות דא. איך פרעג אים ווי דען דארף דאס גיין. דאס איז דאך איבער אידיש וויאזוי מען שרייבט דאס. אז ער האט א בעסערער פלאץ ווי דאס צושטעלן וועל איך דאס דארטן שטעלן.--יודל 13:41, 26 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

אידיש יידיש און יודיש[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רוני האט געמאכט דעם קעפל דוקא נאר אידיש מיט יידיש. אבער וויבאלד מיר לאדענען דא די דאזיגע אידן וואס שרייבן יודיש אזויווי שלום עליכם און אזויווי הירשע דוד כ"ץ מוז דאס אויך זיין וועלקאמן אינעם קעפל א דאנק פאר פארשטענדעניש.--יודל 09:15, 3 פעברואר 2008 (UTC)

טעקסט וואס רוני האט געמעקט אין שטימעניש[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ויקיפעדיע איז א אפענער פרייער פראיעקט דאס הייסט דא שרייבט יעדער וויאזוי ער וויל, דאך איז דא אויף די קעפלעך פון ארטיקלן די דאזיגע פאליסי כדי מען זאל זיך נישט באוועגן דא ארטיקלן איינער דעם אנדערן אין ענדלאזע עדיט געראנגלן. - איך ווייס נישט פארוואס ער האט דאס אויגעמעקט אבער דאס וועט צוריקגיין ביז ער וועט זיך דורכרעדן וואס באדערט אים מיט דעם טעקסט. א דאנק--יודל 10:40, 4 פעברואר 2008 (UTC)

קלארערע אנווייזונגען וויאזוי צו גיין אויפן שביל הזהב דורכ'ן אלגעמיינער זשורנאל[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נישטערדינג אויפן נעט האב איך געפונען אן אינטערסאנטער ארטיקל פונעם אלגעמיינער זשורנאל רעדאקציע, וואס מוטשעט זיך אזויווי אונז דא מיטן פראבלעם וואס דער אידישער שפראך איז היינט נחלת שתי עולמות, עס ווערט גערעדט און געשריבן אין פארשידענע וועגן. עס איז גאר אינטערסאנט און איך האלט אז מען דארף דאס אדאפטירן אהער ביי אונז ווייל עס איז ממש דאס וואס אונז פלאגט.

וויקיפעדיע געהער פאר פרייע און פרומע צוגלייך, אקוראט דער ציל וואס דער אלגעמיינער זשורנאל האט געשטעלט פאר זיין צייטונג. דעריבער איז נישט אויסגעהאלטן אז עס זאל נישט האבן קיין כללים וויאזוי זיך אומצוגיין מיטן הויפט פראבלעם, נעמליך די אויסלייג און גראמאטיק פונעם שפראך.

די רעדאַקציע פון "אַלגעמיינעם זשורנאַל" שאַצט אָפּ מיט גרויס דרך ארץ די פאַרשידענע וואַריאַנטן פון שרייבן און דרוקן אידיש איבער דער וועלט. לאָמיר זיך אַלע קאָנצענטרירן אויף דעם תוכן, און ניט אויפן אויסלייג, ביים לייענען און הנאה האָבן איינער פון אַנדערנס אויסגאַבעס אויף אידיש.
דערביי איז אינגאַנצן ניט קיין סתירה, אַז לפּחות אין אַוועלכער ניט איינציקער פּובליקאַציע, זאָל אָפּגעהיט ווערן אַן אַלגעמיינער אויסגעהאַלטענער אויסלייג וואָס שייך די הויפּט=פראַגן, און אַוודאי ביי פראַגן וואו פאַרשידענע אויסלייגן פון אַן איינציקן וואָרט ברענגען נאָר מישמאַש און קאָפּדרייעניש, להיפּוך צו אונטערשיידן וואָס באַרייכערן, למשל מיטן אויפהיטן דעם מחברס אייגנאַרטיקן סטיל אָדער היימישן אידישן דיאַלעקט.
די געשיכטע האָט געפירט צו דעם, אַז דער "אַלגעמיינער זשורנאַל" זאָל שוין פון סאַמע אָנהייב שטרעבן צו אַ "שביל הזהב" צווישן אַנדערע סטילן וואָס זיינען אַמווייטסן איינער פונעם אַנדערן. ס'איז גראַדע זייער צוגעפּאַסט, ווייל אונדזער לאַנגיאָריקער שעף=רעדאַקטאָר גרשון יעקבסאָן ז"ל האָט געגרינדעט די צייטונג מיט העכער פינף און דרייסיק יאָר צוריק, מיט דער בפירושדיקער כוונה עס אויסצובויען ווי אַן אכסניא פאַר שרייבער און לייענער פון די אַלע פאַרשידענע קרייזן וואָס באַנוצן זיך מיט אידיש.

ליינט ביטע מיט אכט דעם דאזיגן פאראגראף:

די איצטיקע פאַרעפנטלעכונג פונעם "נוסח פון אַלגעמיינעם זשורנאַל" איז אויסן קומען צו הילף די אַלע וואָס שרייבן אַרטיקלען און בריוו פאַרן "אַלגעמיינעם זשורנאַל" און אויך — אַזוי פאַרהאָפן מיר — צו זיין ניצלעך פאַר אַנדערע איבער דער וועלט, "דער עיקר אויפן אינטערנעט", וואָס זוכן דעם אייגענעם "שביל הזהב" אין דער היינטצייטיקער אידישער שפּראַך.

א קלארע אנדייט אז אזא מהלך קען גאר צוניץ קומען פאר וועבזייטלעך אויפן אינטערנעט וועלכע זוכן צו האבן א מיטלוועג באקוועם פאר יעדעם.

און אטא דאס איז זיין מהלך:[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מקור

א) נקודות:
נוצן (אויפן ריכטיקן אָרט) בלויז דריי נקודות: "אָ" (קמץ=אלף), "אַ" (פּתח=אלף), און "פּ" (אַ דגש אין "פּ"): איך פאָר אין וואַשינגטאָן; פאַר דעם (= פאַרן) סוף; אַ פּאָר מענטשן.
ב) ניט באַנוצן דעם שטומען "ע":
ביסל, גאַסן, האַלטן, ווייזן, זאָגן, טראַכטן, לאָזן, נעכטן, עפּל, שיסל, שיקן, שמועסן.
הערה א: עס קומט יאָ דער "ע" נאָך די אותיות "מ", "נ", "נג" און "נק": קומען, מאָנען, לונגען, טרינקען (נאָך "נג" און "נק" איז אָבער ניטאָ קיין "ע" ביי אַדיעקטיוון וואָס ווערן דעקלינירט, למשל: "פון אַ לאַנגן וועג").
הערה ב: ביי ווערבן וואו דער "ע" איז טייל פון שורש, און הערט זיך אין ערשטער פּערזאָן (גוף ראשון), למשל: "איך מוטשע זיך" (פאַר קיינעם ניט געדאַכט), ווערט גענוצט דער "ע": לאָמיר זיך ניט מוטשען.
ג) מ'שרייבט:
איד, אידיש, אידישקייט, אידישלעך, אינגל.
אונדז, אונדזער, אונדזערע, האַלדז.
בענטשן, ווינטשן, מענטשן, ענטפערן.
ביליק, וויכטיק, טיכטיק, ליכטיק, ציכטיק.
ברעקלעך, מעגלעך, נאַטירלעך, ניסעלעך, קינדערלעך, רעקלעך, שווערלעך, שרעקלעך.
ד) דער "מחיצה=אלף" קומט בכדי פונאַנדערצוטיילן דריי נאָכאַנאַנדיקע וואָוון אָדער דריי נאָכאַנאַנדיקע יודן:
וואו, וואוהין, באַוואונדערן, וואונדער, וואוקס, פּרואוון.
וואויל, וואוינען.
עסייאיסט, פּאַרטייאיש, שנייאיק.
דער מחיצה=אלף קומט אויך אויף פונאַנדערצוטיילן צוויי באַזונדערע זילבן:
אַרכעאיש, באַמיאונג, באַציאונג, גליאיק, דערציאונג, העברעאיש, פריאיק, רואיק.
ה) ניטאָ קיין אַפּאָסטראָפן (שטריכעלעך) אין אַזעלכע פאַלן ווי:
אויפן, איבערן, אונטערן, אינעם, אָנעם, ביזן, נאָכן, פאַרן, צוליבן, וכו';
גנבענען, חודשלעך, חוצפּהניק, יום=טובדיק, רוחניותדיק, שורהלעך, תמעוואַטע, וכו';
דעם טאַטנס עצות, דעם רעדאַקטאָרס בקשות, משהס בריוו, רחלס פראַגע, שמעונס ענטפער, וכו'.
דעם אַפּאָסטראָף קען מען אָבער אָפּהיטן אין די ווערטער: רבי'נס און רבי'ן; אויך ביים פּאָסעסיוו און ביי דעקלינאַציעס פון פרעמד=קלינגענדיקע נעמען, ווי: "ביים סענאַטאָר אָבאַמאַ'ן"; "סענאַטאָר אָבאַמאַ'ס רעדע".
דעם אַפּאָסטראָף (שטריכעלע) נוצט מען אָבער יאָ אומעטום וואו ס'איז דאָ אַ פאַרקירצונג (אַברעוויאַציע) אָנהייב וואָרט, למשל:
מ'איז, מ'גייט, מ'וואַרט, מ'זאָגט, מ'טראַכט, מ'קומט; ס'איז דאָ און ס'וועט זיין.
ו) מ'שרייבט צוזאַמען (ווי איין וואָרט): אַהיים (קומען אַהיים), אויפסניי, (איינס, צוויי, דריי) אַזייגער, איבעראַיאָר, איבעראַכטאָג, איבערהויפּט, אינאיינעם, אינגאַנצן, אינדערפרי, אינדרויסן, אינמיטן, אַלעמאָל, אַמאָל, אַשטייגער, בייטאָג, ביינאַכט, מיטאַמאָל, נאָכאַמאָל, נאָכאַנאַנד, פאַראַכטאָגן, פאַרוואָס, פונדעסטוועגן, צופיל, קיינמאָל, וכו'.
ז) ביי אַנדערע ווערטער ווערט ניט אַריינגעשטעלט קיין "שטומער הא"; דער "שטומער הא" קען אָבער יאָ באַנוצט ווערן אינעם וואָרט שוהל (וואו מ'דאַוונט), בכדי אונטערצושיידן פון אַ שול (וואו עס לערנען זיך סטודענטן, שילער).
ח) אַז עס האַנדלט זיך אין אידישע דיאַלעקטן, זיינען אין פּרינציפּ אַלע דיאַלעקטן פּונקט אַזוי גלייכבאַרעכטיקט און ריכטיק איינער ווי דער צווייטער. אַז אַ שרייבער וויל קאָנסעקווענט אויפהיטן דעם היימישן דיאַלעקט איז עס ניט נאָר מותר, ס'איז למהדרין. למשל, מ'קען שרייבן אויפן סטיל פון "דרום" (אַזוי ווי ביי אונגאַרישע, פּוילישע, גאַליצישע, אוקראַינישע א.א.): זענען, איר זענט, געבוירן, געשריגן, רעדן וכו', אָדער אויפן סטיל פון "צפון" (ווי ביי ליטווישע און ווייסרוסישע): זיינען, איר זייט, געבאָרן, געשריען, ריידן וכו'. מ'קען שרייבן ניט אָדער נישט. דאָ איז אַ פראַגע פון דיאַלעקט און סטיל, ניט פון אויסלייג, און אַלע אידישע דיאַלעקטן זיינען ריין און שיין.

בלייבט איבער צו זעהן וואס דער עולם דא זאגט צו דעם[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך בין מסכים יישר כח פארן ברענגען דעם מאמר, איך בין מסכים מען זאל זיך צוהאלטן צו די כללים. ►רוני◄ 18:50, 14 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
איך בין דערקעגן, איך האלט אז ס'איז א חורבן צו מאכן אפיציעלע כללים, זאל יעדער שרייבן ווי אזוי ס'קומט אים אויס גרינג, אי"ה ווען וויקי וועט האבן אלע וויכטיגע ארטיקלען וועט מען זיך נעמען צו כללים. --משגיח 21:15, 14 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
איך בין מסכים טיילווייז. א יישר-כח איינשטיין פארן ברענגען די כללים צום טיש. מ'דארף אביסל ארומרעדן דעם ענין איידער מען באשליסט עס אלס פאליסי. למשל, איך בין געוואוינט צו שרייבן ייד, יידיש א.א.וו. און איך זע אז דאס אנטווערפענער בלעטעל שבת בשבתו שרייבט אויך אזוי. וויל איך פאָרשטעלן אז דאס זאל אויך זיין וואו מען האט צוויי סטילן (אוודאי אין איין ארטיקל מוז מען אנכאפן איין אויסלייג). ס'איז כדאי צו באצייכענען אז אין דער ענגלישער וויקיפעדיע האבן זיי אויך דעם פראבלעם פון אויסלייג (אמעריקאנער קעגן בריטישע) און דארטן האבן זיי א פאליסי אזוי:
  1. אן ארטיקל וואס געהערט צו איין צווייג מוז געשריבן ווערן לויט זייער אויסלייג
  2. א 'נייטראלער' ארטיקל מעג דער שרייבער אויסקלויבן אן אויסלייג; דאס ווערט נאכהער געהיט ווען מען ענדערט דעם ארטיקל.
--פוילישער 21:56, 14 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
איך בין מסכים. --טעכניקער 04:36, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

משגיח, אוודאי מיינט דאס נישט צו צווינגן קיינעם די וועג וויאזוי ער זאל שרייבן. דאס מיינט בלויז אז ווען איך שרייב אן ארטיקל זאל נישט קומען א יידישיסט יעצט אדער אין פינף יאר ארום און זיך נעמען טוישן און צולייגן נקודות און פראזן אויפן יידישיסטישן אויסלייג, מיטן אנטווארט אז "דא ארבעט מען מיט די ייווא כללים". און אזוי אויך איך זאל נישט קענען טוישן זיין ארטיקל מיטן אויסרייד אז ער דארף שרייבן חסידיש אידיש. און די איינציגע מאל ווען מען "מעג" (נישט מען מוז...) טוישן א שפראך פון אן אנדערע שרייבער -פון איין איינגעפירטע אידיש סטיל צו אן אנדערער- איז בלויז ווען מען טוישט עס צום "סטאנדארט", צום 'שביל הזהב' וויאזוי יעקבסון רופט עס אן. (פארשטייט זיך אז מען וועט קענען צולייגן צום סטאנדארט מיט די הסכמות פון אלע צדדים).--איינשטיין 21:24, 14 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

פוילישער, איך וואלט זיך זייער געפרייט צו זען א לינק צום ענגלישן וויקיפעדיע וואו דער פאליסי וואס דו שרייבסט וועגן די צוויי ערליי ענגגלישע שפראכן ווערט קלארגעשטעלט. יישר כח. --איינשטיין 00:47, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

פארשידענע סארטן ענגליש --פוילישער 10:41, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

איך ווייס נישט ווי אזוי איז אין דער ענגלישער וויקיפעדיע, מילא ווען מען רעדט וועגן ניט אדער נישט קען מען פארשטיין צו דערלאזן ביידע סארטן אויסלייגן, אבער אזא ווארט ווי יידיש אדער אידיש וואס האט קאטעגאריעס און מוסטערן דארף זיין אייניק. כאטש דער אלגעמיינער שרייבט אידיש, מיין איך אז נאר אין דעם זאל מען נישט גיין ווי אים, ווייל סיי די יידישיסטן און סיי א טייל חסידים שרייבן יידיש, לעומת אידיש שרייבן נאר עטלעכע חסידישע צייטונגען. אבער עס איז געקומען די צייט טאקע אפצושטימען אזא מיטלער פשרה וואס איז נישט יידישיסטיש און נישט חסידיש. אזוי וועלן מיר קענען שטענדיק נאכקוקן ווי דער אלגעמיינער שרייבט און האבן וועמען צו פרעגן. איך מיין אז דאס וועט אויסלייזן אלע אונדזערע פראבלעמען. ►רוני◄ 10:51, 15 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]