װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/יאנואר ארכיוו 2006

פֿון װיקיפּעדיע

וועלע ווי צו שרייבן ווערטן[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

טאַקע אין יידיש איז איינגעפירט צו אנפינטלען און בעהפטן אותיות. אבער ווען מען שרייבט די בעהעפטע אותיות (ווען זיי זיינען בעהפט) "װ" - "ױ" - "ײ" בריינגט דאס מיט זיך שווערע פראבלעמען אינעם וויקיפעדיע:

  1. ווען איינער זוכט אן ארטיקל קען ער נישט שרייבן דעם סארט בעהפטונג.
  2. עס זיינען דא WWW פראגראמען וואס קענען נישט צייגן די סארט אותיות, אדער זיי צייגן זיי אויף אן אנדער גרייס.Jiddisch 12:32, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)[ענטפֿער]
  • איך קלער אז מען דארף אויסראמען די בעהפטע אותיות פונעם וויקיפעדיע אויך פונעם אויסשטעלונג ווי קנעפלאך א.ד.ג. (מען קען שרייבן די אותיות אומבהעפט: "וו" - "וי" - "יי"). Jiddisch 12:32, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)[ענטפֿער]
  • גוטער פּלאַן, אבער איין זאַך געדענק, וואָס אימער דו מעקסט, טראכט אז טאמער יענער האט דאס געשריבן מסתם רעדט ער אזוי, ממילא ווארף עס נישט אוועק נאר מאך א רידיירעקט אז טאמער ער און זיינס גלייכן וואס שרייבן ווי אים וועלן דאס זוכן זאלן זיי דאס טרעפן.--יודל 12:38, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)[ענטפֿער]