װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/אקטאבער ארכיוו 2006

פֿון װיקיפּעדיע

וואס מיינט א פובליק פיגור ביי חרדים?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביי די פרייע דעמאקראטישע וועלט הייסט א פובליק פיגור איינער וואס איז א שפילער אויף טעלעוויזן אדער א זינגער אדער אן ערוויילטער פאליטישאן. ביי פרומע איז נישטא קיין וואלן, סא ווער עס איז דער אנפירער פון קהילות ווי למשל גבאים ראשי קהילה רבנים רעדאקטארן פון צייטונגן און מגידי שיעורים וואס מען הערט זיך צו צו זייערע רייד איז א פובליק פיגור. עשירים ווענדט זיך אויב איז ער דירעקט אזא איינער וואס זוכט זיך נישט קיין כבוד, צו איז דאס אזא איינער וואס לעבט פון כבוד.--Zali 03:14, 5 אקטאבער 2006 (UTC)

איך האלט מן הסתם די זעלבע זאך, בנוסף צו דעם איז אויך א פובליק פיגור אזא איינער ווי יודל שיין, וואס זאגט אז ער קען הכשרים, און וואלט געוואלט זיין רב הראשי להכשרים, אדער אזא איינער ווי חיים ברוך רובין וואס וויל זיין בראש פון שומרים לעיקוואד. אדער א יעדע אנדערע הצלה, שומרים, חברים, ביקור חולים בוס וואס נעמט מיין געלט אדער מיינונג גרינג ווייל ער האט זיך באזעצט אויף די פאזיציע וואס ער האלט אהן. די זעלבע גייט אויך מיט גבאים פון גרעסער קהילות, וואס די גבאי איז אזוינס ווי א שם דבר אדער פורניטור דארט, א שטייגער ווי הלל מוזעסאן פון בית המדרש שומר שבת אין בורו פארק.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 03:24, 5 אקטאבער 2006 (UTC)

בנוגע צופיל באנוצער נעמען[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

באנוצער:רוני האט שוין ערקלערט זיין מיינונג אז דאס איז אים נישט צום הארצן. ווייל עס איז מעודד סאקפאפעט'ס. אבער דאס איז דא א באנוצער:אלזוז נאמען וואס זאגט אז ער האט נאר איין נאמען.

כאטשיג יעדעס קינד אין חרדישען ווירטואלען אינטערנעט ספערע ווייסט אז סאיז נישטא אזא מין זאך ווי איין באנוצער נאמען אין חרדישע אינטערנעט. די סיבות דערצו איז שוין אויסגעשמועסט געווארן הונדערטע מאלן.

אבער דא וועל איך געבן די געלעגענהייט פאר אלזוז נאכאמאל צו דעבאטירן זיין פארלאנג אז מען זאל נישט טארן דא האבן מערערע באנוצער נעמען.

איך וועל קודם אויסרעכענען די פראוס פארוואס מען זאל יא ערלויבן. און איך וועל אים לאזן אויסרעכענען די קאן'ס פארוואס מען זאל דאס פארבאטן.--טיבי 16:26, 12 אקטאבער 2006 (UTC)

נישט לאזן האבן מערערע באנוצער נעמען[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. דאס ברענגט צו סאקפאפעטרי. (באנוצער:רוני)
  2. עס ווייזט אומסטאביליטעט און אומקאנטראל, וואס פארטרייבט באנוצער פון וויקיפעדיע. (באנוצער:אלזוז)

יא ערלויבן מערערע באנוצער נעמען[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. מען מוז געבן א געלעגנהייט פאר א וויקיפעדיע שרייבער וואס איז א חסיד צו באהאלטן זיין עבירה פון שווימען אויף אינטערנעט.
  2. מען מוז לאזן א וויקיפעדיע באטייליגער זיך אויסבאהאלטן פון זיין ארבייטס געבער אדער ווייב און קינדער די פאקט אז ער שרייבט צופיל אויפן וויקיפעדיע.
  3. מיר זענען זייער א קליינער וויקיפעדיע און מען מוז לאזן מאכן דעם פרעסטוזש און פאפולעריטעט רושם אז מיר האבן מערערע באנוצער כדי אזוי ארום צוציצוען נייע שרייבער.

תירוצים קעגן די קאן סברות:

  1. עס ברענגט צו סאקפאפעטרי: 1) דער קאנסערן קומט פון נישט קיין היימישער באנוצער וואס פארשטייט נישט דער הלוך ילך פון חסידים. 2) און אויך צו זיין א סאקפאפעט איז דערווייל א עבירה וואס מען קען זייער גרינג באמערקן טאקע וועגן דעם ווייל מיר האבן קוים באנוצער. 3) און סאקפאפעטרי קען מיינען אויך פארשידענע באנוצער באמת, סא סהאט נישט מיטן זעלבן באנוצער.--טיבי 16:26, 12 אקטאבער 2006 (UTC)
  2. עס ווייזט אומסטביליטעט און אומקאנטראל: (אן קיין פשט פארוואס און וואסערע קאנטראל ער וויל) דאס קומט פון באנוצער:אלזוז וואס איז בדרך כלל על פיר רוב ביזי דא צו רודףן און טשעפענען, (איבערצייגט אייך אליינס קוקט אריין אין זיינע ביישטייערונגען דא.) איז טאקע א הייד פארק שרייבער וואס וויל טאקע ווייזן אז וויקיפעדיע איז ארים און זיי האבן נאר איין אדער צוויי באנוצער דאס איז זיין גאנצער ציל דא דעס דורך פירן. מיר טארן זיך נישט לאזן פון אים טעראריזירן.--טיבי 16:30, 12 אקטאבער 2006 (UTC)

אלזוז איז פארנומען און נעמט אן דעם שמועס אלס א טשעפע[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

האסט מיר איינגעלאדענט אין מיין רעדן בלאט אהערצוקומען דורכשמועסן דעם ענין, איך בין אהערגעקומען מיט חשק און האפענונג אז איינמאל פאר אלעמאל ווילסטו זיך דורכשמועסן מיט אנדערע איבער דעם ענין, איך ליין דיין גאנצע דרשה וואס אויבנאויף קוקט אויס פון אנפאנג טאקע ווי דו ווילסט דאס, אבער צום סוף זעה איך שוין דעם סוף מעשה במחשבה תחילה. איך פארשטיי אז דו ביסט יעצט גוטמוטיג נאך א קאפעטשינא און דו ווילסט זיך יעצט אונטערהאלטן און מיך טערעראזירן אלס שעדליכע באנוצער וכו'. איך האלט נאך פאר פרישטאג, איך האב יעצט נישט קיין כח דערצו. אפשר שפעטער נאך מיין ווייבס שאקלן לולב וועל איך אויך האבן נערווען צו שפילן א געים מיט דיך. אבער נישט יעצט. סארי.--אלזוז 17:17, 12 אקטאבער 2006 (UTC)
עס איז נישט קיין געים. נישט יעדעס מאל ווען מען וויל זיך דורכרעדן איבער א זאך וואס דו רודפסט דא יעדן טאג און מען וויל איינמאל פאר אלעמאל מאכן א שליכטונג, הייסט א געים. אז דו ביסט פארנומען זאג נישט קיין גאנצעטע דרשות אז דיין ווייב דארף שאקעלן לולב רעדט לענין. מיר זענען נישט שולדיג אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן מאכסטו דרשות. מיר ווארטן אויף דיין דורכגעטראכטע טענות עס קען זיין מארגן נעקסטע וואך נאר ענטפער נישט ווילאנג דו האלטסט נישט ביים רעדן לענין.--טיבי 17:22, 12 אקטאבער 2006 (UTC)

ארויפצולייגן דעם צוזאמענארבעט ארטיקל אויפן הויפט דף[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אזויווי איך האב נאר פערצופאל באמערקט אינעם לעצטע ענדערונגען בלאט אז איבעי איז דער צוזאמענארבעט ארטיקל פון די וואך, ווער ווייסט ווילאנג עס איז שוין דארט. וויל איך בעטן עס ארויפצולייגן געהעריג אויפן הויפט בלאט אז יעדער זאל עס באלד זען, אזויווי מען האט געטון מיט ראש השנה, און נאך. יישר כח--אלזוז 15:35, 16 אקטאבער 2006 (UTC)

וואס צו טון מיטן באנוצער אבישי און זיינע אלע נעמען[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך גיי נישט יעצט פונדאסניי ארויפברענגען אלע טענות וואס איז דא אויף אים, איך וויל דא מאכן אזא וואלן פראצעדור וועגן אים.

מיין דעה איז: דער מענטש הרגט וויקעפעדיע, ער נעמט אוועק די גאנצע חשק פון וועלן שרייבן דא. איז קודם מאכן דעם באנוצער יודל (אבישי) פאר אויס מנהל, און דאן אויב ער וועט נאך פארפירן, זאל מען אים חוסם זיין אויף צוויי וואכן.

ביטע לאזט אייך הערן--אלזוז 16:23, 25 אקטאבער 2006 (UTC)

ווילאנג דו האסט נישט באשולדיגט מיך אין זיין א סאקפאפעט מעג איך האבן אייביג איין נאמען מער ווי דיר.--אבישי 16:32, 25 אקטאבער 2006 (UTC)

וואס צו טאן מיט באנוצער:אלזוז מיט אלע זיינע אנדערע סיסאפ סאקפאפעט'ס?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט שוין געבראכן יעדן מענשטליכקייט און יעדן איינציגן פאליסי פון וויקיפעדיע. און דער סיסאפ'ס זענען דא בשעת מעשה און לאזן דאס צו אן קיין שום פראבלעם. קוקט דא פאר א ליסטע באַניצער רעדן:יודל#וואס וויל באנוצער:אלזוז.

מיין דעה איז: דער מענטש הרגט וויקעפעדיע, ער נעמט אוועק די גאנצע חשק פון וועלן שרייבן דא. איז קודם מאכן דעם באנוצער רוני (אלזוז) פאר אויס מנהל, און דאן אויב ער וועט נאך פארפירן, זאל מען אים חוסם זיין אויף צוויי וואכן.--אבישי 16:27, 25 אקטאבער 2006 (UTC)
פארדריי נישט די קאפ מיט דיינע אלע פארדאכטונגען. ►רוני◄ 16:32, 25 אקטאבער 2006 (UTC)
::: דו האסט שוין אזא אויסגעדראשענע ענטפער ווען דו ווילסט נישט רעדן לענין. פארדריי נישט קיין קאפ, אדער מוטשע נישט, אויב דו ווילסט וועל איך דיר מאכן אזא ליסטע. אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן לענין: שווייג!--אבישי 16:36, 25 אקטאבער 2006 (UTC)
גם אני מצטרף, אבישי רוה איין!--אלזוז 16:34, 25 אקטאבער 2006 (UTC)
סאיז גענצליך איבעריג זאלסט דיך צום הונדערטסטן מאל באווייזן אלס סאקפאפעט.--אבישי 16:36, 25 אקטאבער 2006 (UTC)

איבער מאכן קעפעלעך לויט גערעדטן יידיש, נישט פינטעלן לויט ייוו"א כללים[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז געווען אייביג אנגענומען, איצט טענה'ט רוני אז דאס איז נישט א פאליסי. גוט איך וויל דאס מאכן פאר פאליסי.

די וואלן זענען נאר אויף קעפלעך, איך האלט אז מען קען נישט אפהאלטן שרייבן אין ארטיקלן ייווא יידיש ווייל למעשה איז דאס נאך פארהאן יחידים וואס נוצען דאס און מען דארף זיי וועלקאמירן אהער.

טעמים אויף יא[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. ווייל רוב אידיש איז נישט ייוו"א כללים.
  2. חסידים וואס זיי זענען די איינציגסטע אינטערנעט אידישע שרייבער וועלן נישט קומן אין וויקיקפעדיע אויב זיי וועלן זעהן מאדנע קעפעלך אויף הויפט בלאט מיט ווילד פרעמעדע אומבאנוצטער שפראך וואס האט גארנישט מיטן היינטיגען גערעדטען ראלאוואנטן אידיש.

טעם אויף ניין[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. ניין. ווייל בלויז קעפלעך פון ארטיקלען פינטלט מען נישט אן ווייל עס איז שווער צו שרייבן נקודות ביים זוכן-מאשין און ביי די וויקילינקס, אבער פארמאלע מעלדונגען איז בעסער צו יא שרייבן נקודות, ווייל 1) אזוי שרייבט מען יידיש (אפילו די פרומע שרייבן אזוי ווען זיי ווילן שרייבן עכטע יידיש)
  2. פאר די נייע באניצערס איז לייכטער צו ליינען מיט נקודות.
  3. אין די אלע סעקולערע יידיש-קורסן לערנט מען צו ליינען יידיש מיט פונקטן, און דאס וועט זיי מקרב זיין זיך באטייליגן דא און ביישטייערן מיט זייערע ידיעות וואס א פרומער האט נישט. ►רוני◄ 17:03, 25 אקטאבער 2006 (UTC)
ענטפער קעגן די ניין טעמים:.
  1. עס איז א ליגענט אז פרומע שרייבן אויך אזוי. א חסיד קען נישט שרייבן און ליינען דאס. די קיבארד'ס קומען אפילו נישט מיט די פאנטס, און עס זייער קאמפלאצירט זיך אויסלערנען צו טייפן און אויפסעטן אין קאמפיוטער די פאנטס און די וועג פון טייפן. משה שאין כן די נארמאלער היברו פאנטס איז ברייט פארשפרייט מכוח איר פאפולעריטעט פון הונדערטע טויזענטע אידן וואס שרייבן און רעדן העבעריש, און מייקראסאפט מיט אלע אנדערע גרעסער קאמפאניס רעכענען זיך מיט די פאנטס איר צו פארשפרייטן און פארגרינגערן. אדרבה קוק אריין אין הייד פארק אדער אפילו אין נועם סטאריקס בלאג. אדער אפילו אין תפוז אידיש און איבערצייג דיך וואס מען שרייבט.--אבישי 17:17, 25 אקטאבער 2006 (UTC)
  2. דער ניין זאגער אין דעם טעם רוני איז זיך אלייןס סותר, ער איז מודה אז סאיז שווער צו טייפן ביים זיכען אבער ער וויל אונז פארקויפן אז חסידים באנוצען זיך דערמיט, בשעת ווען ער איז זיך אליין'ס סותר אז פארן זיכן איז יא אייביג געווען א פאליסי וואס פארשטייט אז פאר חסידים איז דאס שווער צו טייפן און זיך באנוצען. וואס פארא קלאון.... רוני א שקרן מוז האבן א גוטן זכרון צו געדענקן וואס מען טייפט פון איין ליין צום צווייטען.
  3. נייע באנוצער קענען בעסער ליינען. אויף חסידים האב איך דיר שוין געוויזן אז דאס ליגענט, און אויב מיינסטו פרייע. דאן זאג איך דיר אז זייער צאל, וואס מען האבן פון זיי איז גארנישט כלפי דעם וואס מיר וועלן האבן כלפי אויב מיר וועלן זיך צושטעלן צו די חסידים. סיי ווייל אין די נומער ווערן די אידישיסטן בטל און סיי אין קענען יידיש.
  4. לגבי ווייל יווא איז עכט, איז אויך נישט צו דער זאך גערעדט, הא גופא איז אונזער דיון וואס איז עכט? עכט מיינט אז מען באנוצט זיך אזוי צו עס איז מער אויסגעהאלטן, אוואדאי איז די ייווא יידיש מער אויסגעהאלטן אין גראמאטיק און אין שכל, אבער וואס זאלן מיר טאן אז דאס איז היינט א צווייטער שפראך פון היסטאריע, וואס אפאר האביאיסטן הענגן זיך נאך אן דערמיט? דאס מאכט איר נישט פאר היינטיגע אידיש.
  5. לגבי די סעקולארע וועלט וואס לערנט זיך אידיש, האסטו יא א שטיקלן פוינט, און ביסט לכוארה גערעכט, אבער זיי וועלן זיך קיינמאל נישט צושטעלן צו אונז. וויפל מאל איך שיק זיי אימעילס א טאג מיט פארשידענע אדרעסען זיי זאלן מיינען אז דאס איז אנדערע מענשטן, מיט די ביטע צו שטעלן א לינק צו אונז פון איגענט רוף אדער די אלגעמיינער אדער די פארווערטס אדער די ייוו"א ענטפערן זיי מיר מיט שפאס און שאנדע, אז מיר זענען א גרופע סאטמארע פאנאטיקער. אפילו שלום בערגער און נועם סטאריק האבן דאס נישט געלייגט יארן ביז זיי האבן איינגעזעהן אז מיר וואקסן און וואקסן און אויב זיי שטעלן זיך נישט צו, (סארי נועם האט נאך נישט קיין לינק פון זיין בלאג אבער ער האט מיר פארשפראכן מיטן פולסטן ערענסקייט אז ער גייט דאס לייגן, ער האט שוין פיל מאל געלינקט צו אונז אין זיין דעל.איס.עס און אין תפוז אידיש מיט ענטוזיזאם) זענען זיי די פארלירער. קטלא קניא איז דער איינציגסטער אידישיסט וואס פייפט זיך אריין מיט חוצפה אבער זיין בלאג איז דאך א טויטער סיי ווי סיי. און ער איז דאך א הייד פארק באצאלטער גרויסע פארטיי שרייבער וואס וויל נישט זעהן אן א הצלחה אין וויקיפעדיע. דאס קומט צו ווייזן ווי אפגעשניטן פון מציאות זיי זענען, די אלע גרופעס און וועב סייטס האבן נישט קיין באנוצער זיי באדן זיך בלויז אין מיליאנען פון אלטע אידישיסטן וואס זענען געשטארבן אין זייער איינציגער בונט צו אידישקייט איז געווען די שפראך האבן זיי איבערגעלאזט ירושות פאר די פאנדן. אבער עס האט נישט באמת קיין אנהענגער. איז פאר וועמען דארפן מיר זיך צושטעלן אויפן חשבון פון דערווייטערן רוב רובם פון אידיש רעדער פאר אפאר מענטשן וואס מען קען זיי ציילן אויף איין פינגער? נאר וואס דען איך טראכט אפשר וועלן זיי געבן אביסל געלט אהער פון זייערע ירושות. דעריבער לאז איך דיך דא דיריגירן און שרייבן די מאדנע פאנטס אויפן הויפט בלאט, אבער נאר דערווייל. דו וועסט דאס נישט קענען טענה'ען פאר צו לאנג אז זיי קומען אהער קעגן די מציאות. איצט טראכט איך אז די אידישיסטן האבן א מוראדיגע גילט און האס געפיל קעגן יעדע זאך וואס שמעקט מיט אידישקייט און עס איז נאריש צו חלום'ן אז זיי וועלן אונז שטיצן. ווייל סוף כל סוף זענען מיר פרומע חרדים.
  6. מיר האבן שוין דערלעבט די גרויסע האפענונג אז די אידישיסטן וועלן דא קומען אין בארייכערען. קוקט די באטיילונגן פון באנוצער:שלום בערגער וועט איר זעהן אז ער רעדט נישט קיין אידיש. ער רעדט עפעס א שפראך וואס ער אליין פארשטייט נישט. זעה קענסער אדער עידס און זאג מיר צו דו האסט נישט קאפוויי נאכן ליינען... ווייסט פארוואס? ניין איך בין נישט קיין דאקטער, אבער מען דארף נישט האבן קיין דעגרי צו פארשטיין אז פאר נייע באגריףן וואס סייענס דאקטערייי, און קאמפיוטער טעכניק האט באשאפן איז נאך נישט געווען די צייטן פון ייוו"א כללים זיי צו געבן נעמען, און די אלע נעמען וואס שלום בערגער געט זיי איז פון זיין בויך ארויס אז קיינער וואס רעדט היינט אידיש און איז נישט קיין דאקטער קען נישט פארשטיין נישט קיין חילוק וויפל שעות און טעג מען לייגט אריין צו ליינען איין שורה. דער כלל פון אונזער גערעדטער אידיש. וואס אידן רעדן. איז אז פאר נייע ווערטער איז דאס פונקט ווי די גוי ארום אונז רופן דאס. סא א סעל איז נישט קיין קאמער, ווייל רוב אידן ווייסן נישט וואס מיינט א קאמער. און א סעל האבן זיי שוין געהערט הונדערטע מאל א טאג. א.א.וו. דער איינציגסטער פראבלעם ווערט דאן אז ארץ ישראל אידן מיט אמעריקאנע אידן האבן אן אנדער אידיש, נו. איז דען דאס נישט אמת? און ווער איז די עתיד פון וויקיפעדיע די אמעריקאנע אידיש צו די איזראעלי אידיש? איך מיין אז דאס איז נישט קיין דעבאטע אז אחוץ די קנאותדיגע סאטמאר קרייזן און אפילו זיי אליינס רעדן מער היברו ווי אידיש, בשעת אין אמעריקע רעדן די אידיש רעדענדיגע אידן מער אידיש און כמעט נישט קיין ענגליש. און אויף סייענס איז היברו רוב מאל מער נוטה צו ענגליש ממילא וועלן די איזראלי אידיש רעדנדיג זיך קענען מיט די טערמינען ווי סעל, ווייל עס איז מער נאנט צו היברו ווי קאמעריל.
צוריק ענטפער:
  1. אבער פון צווייטן קען זיין אז די וועלטלעכע קומען זיך נישט מיטטיילן אלס דעם וואס די יידיש דא איז סאטמאריש. (געשריבן דורך רוני)
  2. דאס אז די אידישיסטען האסן דען אידישען וויקיפעדיע, איז אבסולוטלי נישט ריכטיג, ווען איך האב געבעטן פטן פארווערטס זאלן זיי שטעלן א לינק צום וויקיפעדיע, האבן זיי געשטעלט גערן ►רוני◄ 22:01, 25 אקטאבער 2006 (UTC)) (רוני דא האסטו א לינק וואס ווייזט וואס פארא שקרן דו ביסט [1])

דרוקט אויס אייער שטימע אין וויקיפעדיע:וואלן#זאל מען טוישן די ייווא אידיש אויפן הויפט בלאט צו נארמאלע אידיש? אדער נישט. בלאט.[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נייע פאליסי וועגן מאכן פאליסיס[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך וויל מאכן א נייע פאליסי, אז כדי צו מאכן א נייע פאליסי און אפילו צוצולייגן צו א עקזיסטירנדע פאליסי, (אין דעם גייט אריין אלע הילף ארטיקלען) מוז מען האבן נאך איינער וואס שטייט מיט מיט די פאליסי. אויב קיינער רופט זיך נישט אן ביז א וואך נאך די ענדערונג זאל די צולייגונג אין פאליסי ווערן אויס.

סיבה: ווייל מיר האבן דא זייער ווייניג שרייבער, און עס איז דא א שרייבער וועלכע מאכט כסדר פרישע פאליסיס, מען קען זאגן אז ער פארנעמט זיך רוב צייט דערמיט, קיינער קומט אפילו נישט אן דורכצוגיין אלע זיינע ענדערונגען, און זיכער נישט נאכגיין זיינע כוונות וועם ער מיינט און וואס ער וויל. און פלוצים אינמיטן זיך טענה'ן מיט אים ווער איך געוואויר אז איך פארלעץ גאר די פאליסיס, ווייל ער האט געמאכט א פרישע פאליסי פאר א וואך צוריק. (א ביישפיל איז מיט די דריי מאל צוריקדרייען, אבער עס איז דא נאך אסאך ביישפילן). און באלד גייט ער מיט אפילו בלאקירן צוליב דעם חטא.

דער איד פילט אן בלעטער מיט פאליסיס, און מיט דעם איז ער זיך נוקם אין יעדעם וואס שטייט אים אין וועג. ער מאנט און האט טענות אויף יעדעם וואס האלט נישט איין די פאליסיס.

דער אמת איז מען קען מאכן אויך אז מען זאל אנפרעגן דעם עולם פארדעם אין געמיינדע א.ד.ג. און אויב קיינער רופט זיך נישט אן קען עס גיין, אבער אויב אפילו איינער שטעלט זיך אקעגן מוז דער ענדערער האבן נאך איינעם מיט זיך.

מעקן זאכן פון א פאליסי איז נישט אזוי געפערליך ווייל דאס מאכט נאר גרינגער, אבער צולייגן מאכט דאך שטרענגער, און דאס בינד ממש די הענט.

בקיצור לאמיר הערן וואס אנדערע זאגן, וואס קען מען טון אז דער משוגעת פון פאליסיס נאך פאליסיס (שוין באלד מער ווי ארטיקלען) זאל זיך אביסל איינשטילן, און עס זאל נישט הערשן דא אזא שטארקע ארעם.--אלזוז 16:58, 26 אקטאבער 2006 (UTC)

יעדער פאליסי אויב עס איז אנדערשט פון די אנדערע וויקיפעדיס פארלאנגט זיך קאנסענסוס צו ווערן אנגענומען, אבער די אלע פאליסיס וואס איך האב דערווייל געשריבן איז נאכגעשריבן פון כללית ווייקיפעדיע שפראכן, אויב דו טרעפסט דערין עפעס וואס איז אנדערשט מעק. כל הכבוד. --יודל 17:23, 26 אקטאבער 2006 (UTC)

לאזן שרייבן פאליסיס מיט א געוויסע באגרעניצונג[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אפשר איז א עצה אז מען זאל לאזן שרייבן פאליסי לדוגמא נאר איין מאל א וואך. דאס הייסט אז איין באנוצער וועט נישט טארן משנה זיין אדער צולייגן פאליסיס אדער אפיציעלע וויקעפעדיע בלעטער מער ווי איינמאל א וואך.

איך בין נישט אזוי באקאנט אין אנדערע וויקעפעדיעס, אבער וואס וואלט\האט מען אין אנדערע וויקעפעדיעס געזאגט אין אזא סיטואציע ווי מיר שטייען יעצט, ווען מיר האבן קוים ארטיקלען, און נאך ווייניגער באנוצער, און מען איז פארנומען טאג און נאכט מיט פאליסיס??--אלזוז 23:12, 30 אקטאבער 2006 (UTC)

פאליסיס איז א ברכה[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאליסיס איז א ברכה פאר יעדן געזעלשאפט, איבערהויפט וויקיפעדיע, ווייל אויב נישט וואלט מען זיך אויפגעגעסן לעבידיגערהייט. ווי מער אלס בעסער--יודל 23:15, 30 אקטאבער 2006 (UTC)
אז מענטשן זעהן מען באהאנדלט זיי ווי חיות, מען קאנטראלירט זיי ווייל אויב נישט וועלן זיי זיך אויפעסן לעבעדיגערהייט דרייען זיי זיך אוועק און זיי גייען צוריק צו אומקאנטראלירטע פלעצער ווי מען באהאנדלט זיי ווי נארמאלע מענטשן, און זיי פירן זיך אויף נארמאל. אז דו האנדלסט מיט מענטשן ווי חיות, וועלן זיי זיך אוודאי אויפפירן ווי חיות. דו טרייבסט אוועק באנוצער פון דא מיט דיינע טאג און נאכט פאליסיס!--אלזוז 23:19, 30 אקטאבער 2006 (UTC)
זיינע באפאלונגען האט נישט צו טון מיט זיינע פאליסיס. אויב זעצטעראיבער פאליסיס פון די ענגלישע וויקיפעדיע, איז דאס גוט. דאס וואס ער פירט זיך אויף ווילד מיט אנדערע באניצערס איז א באזונדערער פראבלעם. ►רוני◄ 23:28, 30 אקטאבער 2006 (UTC)
גראדע קען זיין אז דו ביסט גערעכט. ווייל דאס עצם בויען פאליסיס איז זייער א גוטע זאך. אבער ווען ער דערמאנט דאס ביי יעדן טריט און שריט, און יעדע באנוצער ווערט אטאקירט אלס איינער וואס איז עובר פאליסיס, יעדעס צווייטע ווארט פון אים איז "פאליסי" "פאליסי" "פאליסי", זעט מען שוין זיין גאנצע כוונה פון בויען די פאליסי. אפשר טאקע קען מען באגרעניצן הא גופא, דאס באפאלן אנדערע באנוצער אלס עובר זיין פאליסיס? וויאזוי ווייס איך נישט. אדרבה לאמיר הערן.--אלזוז 23:32, 30 אקטאבער 2006 (UTC)
אלזוז: קענסט אריינשרייבן אין די פאליסי פון נישט טשעפענען אנדערע באנוצער אז מען טאר נישט באשולדיגן פאלטש איינעם מיט ברעכן פאליסי.--יודל 23:36, 30 אקטאבער 2006 (UTC)
מענשטן וואס ווילן זיך נישט צושטעלן צו פאליסיס באלאנגן נישטא. ווי פריערט זיי גייען אלס א גרעסערע ברכה--יודל 23:27, 30 אקטאבער 2006 (UTC)
און מענטשן וואס ווילן באהערשן אנדערע און מאכן פאליסיס טאג און נאכט מיטן ציל צו צייגן זייער גרויסמאכט. באלאנגן אויך נישטא, און ווי פריער זיי גייען אלס א גרעסערע ברכה. זיי זענען די וואס טרייבן אוועק אלע נייע באנוצער וועלכע ווערן דערשראקן נאך יעדע עדיט ווען עס קומט א פרישע מעסעדש פון יודל: וויקעפעדיע איז נישט קיין קינדער שפיל, דו האסט עובר געווען אויף יענע פאליסי, אויף דעם פאליסי, דו ביסט יענער באנוצער מיט אן אנדערע נאמען, איך וועל דאס נישט צולאזן... בלא בלא בלא--אלזוז 23:29, 30 אקטאבער 2006 (UTC)
איך האב געשריבן א באזונדער בלאט באַניצער:Jiddisch/וועגן באנוצער יודל. איך האב דאס געשריבן אלס א פלאן צו שיקן די לינק פאר די נייע באניצערס וואס ווערן אטאקטירט דורך אים. אבער מען דארף ווארשיינליך פיל אויסארבייטן און פארשענערן די בלאט. ►רוני◄ 23:41, 30 אקטאבער 2006 (UTC)
רוני איידער איך באציה זיך צו דיר, האב איך ממש געשטוינט ווי ממש יעצט, ער האט געהאט א פראבלעם מיט באנוצער רוני, וואס איז די עצה??? פפאממממפפפס... צוגעטראפן.... א "פאליסי"... װיקיפּעדיע:ארטיקל פארשליסן פאליסי. דאס הייסט אז דו קומענדיגע פאר יאר וועט מען זיך טאג טעגליך שלאגן דא מיט יעדעם נייעם און אלטע באנוצער, פאליסיס וועלן געבוירן ווערן יעדע פאר מינוט אין די רגע וואס ער וועט וועלן ארויסצייגן זיין אויבערהאנט. בקיצור דאס האב איך דאך שוין מער ווייניגער פריערט ארויסגעברענגט.--אלזוז 23:46, 30 אקטאבער 2006 (UTC)
אין די אינטערנאציאנאלער וויקיפעדיע איז טאקע פאראן אזא פאליסי אז א סיסאפ טאר נישט פארשפארן א ארטיקל וואס ער אליין איז געווען מיט איינעם אין מיטן א "עדיט קריג". (ער קען זיך גאנץ גוט אויס אין פאליסיס) אבער ביי אונדזער קייס איז ער נישט גערעכט. קודם כל ווייל ער ווערט פארעכטנט דא פארמאליש אלס א "קריכער" און מיט אזא איינעם מעג מען פארשפארן ארטיקלען פון זיינע עדיטס. צווייטנס... איך האב נישט קיין צייט יעצט צו מאריך זיין, לאמיר זיך באנוגינען מיט די ערשטע ענטפער. ►רוני◄ 00:03, 31 אקטאבער 2006 (UTC)
אויב מיינסטו אז וועגן א טראל מעג מען ברעכן פאליסי ביטע ווייז אן ווי האסט דאס געזען, איך געדענקט נישט אזא פאליסי. און עס מאכט נישט קיין סענס. אבער עס קען זיין איך בין מיסטעיקן. על כל פנים עטנפער מיר אין דיין רעדן בלאט כאטישג דאס.--יודל 00:07, 31 אקטאבער 2006 (UTC)
אוואדאי אז מען פייפט אן פאליסי איז דאס נישט קיין ברכה, אבער זיי נישט געזארגט, רוני וועט קענען ברעכן איינמאל צוויי מאל אדער אפילו דריי מאל זיין צייט וועט אויך קומען.--יודל 23:49, 30 אקטאבער 2006 (UTC)

איינער קען מיך פותר חלום זיין? פארוואס אלזוז איז נאך נישט סיסאפ?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען אין פאקט איז דער צוזאמענארבעט ארטיקל יעצט הייד פארק שטייט אויפן הויפט דף אז עס איז רעגן. פארוואס? איך וואלט געקענט קער נעמען פון די אלע קלייניקייטן, וואס איך האב א שטיקל געפיל צו אויסשטעל א.א.וו., אויב וואלט איך געהאט סיסאפ רעכטן. און בלויז פאר דעם ברויך איך עס.--אלזוז 15:42, 30 אקטאבער 2006 (UTC)

איך האב דירעקט געבעטן רוני ער זאל דיך מאכן א סיסאפ אבער זעהט אויס דו ווילסט נישט ווייל טאמער יא וואלסטו שוין געפועלט. דאס אז דו ביסט דיך מתנגד מיט דיין נאמען שמאלץ צו דעם מינוי איז נישט קיין שום שטער ווייל ער צייכענט נישט אן וואס דו ביסט קאנטראווערסיאל ווילאנג דו ביסט א פלייסיגער באנוצער דא וואס ארבייט ארויף וויקיפעדיע און דו ברעכסט נישט קיין פאליסיס האלט איך אז מען דארף די לאזן זיין מנהל און אז רוני וויל נישט בעט דעני און זאג אים אז רוני איז סתם פארעקשענט.--יודל 15:44, 30 אקטאבער 2006 (UTC)
עס טוט מיר לייט, אבער כדי צו זיין סיסאפ דארף מען מער זיך אויסקענען מיט די וויקיפעדיע און מיט אירע מיטגלידערס. די סיסאפס האבן באשלאסן צו ווארטן מיט דיר שענקען סיסאפ-רעכטן, ווייל דיין געשיכטע טוט נאך נישט איבערצייגן אז דו קענסט זיך באגיין מיט דעם. ביטע שרייב מער ארטיקלען כדי צו זיך אויסקענען ווי אזוי שרייבט מען ארטיקלען, וואס פאסט און וואס נישט, ווי אזוי זיך באגיין מיט יענעמס ענדערונגען א.א.וו. דאן וועסטו ווארשיינליך קענען העלפן מיט סיסאפ-רעכטן. (עצם דאס וואס דו האסט געשטעלט "הייד פארק" אלס א צוזאמענארבייט בלאט, ווייזט אז דו קענסט זיך נאך נישט גענוג אויס. דערווייל איז שמאלץ'ס שטימע אין דערהויבן, און לאז מיר ווארטן... ►רוני◄ 16:41, 30 אקטאבער 2006 (UTC)
לויט מיין זכרון האב איך נישט געשטעלט הייד פארק אלס צוזאמענארבעט ארטיקל, איך געדענק נישט אזא זאך, ווייז מיר ביטע וואו--אלזוז 16:44, 30 אקטאבער 2006 (UTC)
אויב אזוי האב איך דיר נישט גוט פארשטאנען, איך האב געמיינט אז דו וויסט סיסאפ-רעכטן כדי צו שטעלן די לינק ביים הויפט-ייט. אבער לענינינו, ד ארטיקל וואס דו האסט היינט געשריבן, און אויך דאס וואס אין אלגעמיין האסטו דא נישט גענוג געשריבן ארטיקלען, לאזט אונדז נישט וויסן ווי אזוי דו קענסט זיך באגיין. ביטע זיי געדולדיג און פארשטיי אליין אז עס איז צו שנעל זאלסט אננעמען אויף דיר אזא אחריות. ►רוני◄ 16:49, 30 אקטאבער 2006 (UTC)